ברוקלין בריק
די ברוקלין בריק איז איינע פון די עלטסטע הענג-בריקן אין אמעריקע. זי ציט זיך 1,595 פיס העכערן איסט ריווער באהעפנדיג די צוויי ניו יארק סיטי באראס ברוקלין און מאנהעטן. ווען מען האט עס געענדיגט אויפצובויען איז עס געווען די גרעסטע הענג-בריק אין די וועלט און דער ערשטער אייזן שטריק בריק. די טורעמס וואס דער בריק האלט זיך אויף זענען במשך פון עטליכע יאר געווען די העכסטע געביידעס אין צפון און דרום אמעריקע. אין 1964 האט מען עס באשטימט אלס נאציאנאלע היסטארישע לאנדמארק.
קאנסטרוקציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מען האט עס אנגעהויבן בויען דעם 3טן יאנואר, 1870, און עס איז פארטיג געווארן 13 יאר שפעטער, און מען האט עס געעפנט דעם 24סטן מאי, 1883. אין יענעם ערשטן טאג זענען 1800 אויטאס און 150,300 אדורכגעפארן דעם בריק. די געבוי האט געקאסט 15.5 מיליאן דאלער. און ארום 27 מענטשן זענען געשטארבן אין אומפאלן אין די יארן וואס מען האט געבויעט דעם בריק.