לדלג לתוכן

בעטסי דעוואס

פֿון װיקיפּעדיע
בעטסי דעוואס
Betsy DeVos
געבורט 8 יאנואר 1958 (אלט 66)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
betsydevos.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
בעטסי דעוואס

עליזעבעט "בעטסי" דעוואָס (ענגליש: Elisabeth "Betsy" DeVos; געבוירן דעם 8טן יאנואר 1958) איז אַן אמעריקאנער ביזנעספרוי, פילאנטראפ, און אויסבילדונג אַקטיוויסט פֿון מישיגן. אום 23סטן פון נאוועמבער 2016, האט די טראמפ קאמפיין מודיע געווען אז טראמפ גייט נאָמינירן דעוואָס צו דינען אלס אויסבילדונג סעקרעטאר אינעם קאבינעט פון דאנאלד טראמפ.

דעוואס איז געבוירן דעם 8טן יאנואר 1958 צו אירע עלטערן עלסאַ און עדגאַר פּרינס. זי איז אויפגעצויגן געווארן אין האָלאַנד, מישיגן.

דעוואָס האט זיך אויסגעבילדעט אין דער האָלאַנד קריסטליכער הויכשולע, און דערנאך שטודירט אין קאַלווין קאַלעדזש אין גרענד רעפידס, מישיגן, ווו זי האט פארדינט א אויסצייכענונג אין ביזנעס אַדמיניסטראַציע ווי אויך אין פּאָליטישער וויסנשאַפֿט.

זי האט געהייראט דעם מולטי-ביליאנער דיק דעוואס און געהאט מיט אים פיר קינדער.

מישיגן רעבופליקאנער פארטיי

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זייט 1982, איז דעוואָס א מיטגליד אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי פון מישיגן. זי האט געדינט ווי אַ לאקאלע דעלעגאַט. זי איז געווען אַ רעפּובליקאַנער קאָמיטעט־פרוי פֿאַר מישיגן פון 1992 ביז 1997, און געדינט ווי די טשעירפרוי פון די מישיגן רעפּובליקאַנער פּאַרטיי פון 1996 ביז 2000.

2016 וואלן פאר פרעזידענט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דורכאויס די רעפּובליקאַנער פּרעזידענטליכע פּריימעריס פֿאַר די 2016 וואַלן, האט דעוואָס מנדב געווען צו די קאמפיין פון דזשעב בוש און קארלי פיארינא און דערנאך געשאנקען איר שטיצע צו דער קאַנדידאטור פונעם פלארידע סענאטאר מארקא רוביא.

נאמינאציע פאר אויסבילדונג סעקרעטאר

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אום 23סטן נאוועמבער 2016, האט די טראמפ אקציע געמאלדן אז פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט אויסדערוויילט דעוואָס צו זיין דער קומענדיגער פאַרייניקטע שטאַטן אויסבילדונג סעקרעטאַר. דעוואָס האט צו דעם געזאגט: איך בין באעהרט געוואָרן צו אַרבעטן מיטן פּרעזידענט אויף זייַן צוזאג צו מאַכן די אמעריקאנער אויסבילדונג גרויס ווידער, דעם איצטיגן סטאַטוס איז נישט אנגענומען. דעוואָס'נס נאמינאציע איז קריטיקירט געווארן דורך דעם "לערערס פאראיין" און אויסגעלויבט געווארן דורך שטיצער פון "שולע ברירה".