באנאן
פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון באנאנא)
באַנאַן (אדער באַנאַנע) איז דער באוואוסטער נאמען פון די פלאנצן פון מין מוסא (musa) און פאר זייערע פרוכט. דער באנאן קומט ארגינעל פון דרום-מזרח אזיע. כאטש ער וואקסט גאר הויך ווי א בוים איז עס דאך נאר א פלאנץ. ער וואקסט היינט אין מער ווי 100 לענדער.
בלעטער[באַאַרבעטן]
די בלעטער פונעם באנאן פלאנץ זענען גרויס, בייגעוודיק און וואסער־קעגנשטעליק. אין דרום און דרום-מזרח אזיע ניצט מען די בלעטער אנטשטאט טעלער. ספעציעל אין די דרום אינדישע שטאטן טאמיל נאדו, קארנאטקא, אנדרא פראדעש און קעראלא דערלאנגט מען דאס עסן שטענדיק אויף א באנאן בלאט.
וועבלינקען[באַאַרבעטן]
- ווידעא קליפ פון די אויסשטעל פון דעם באנאן ווייזט טיפע חכמה און דעזיין. [1]
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: באנאן