לדלג לתוכן

אהלי ברכה

פֿון װיקיפּעדיע

אהלי ברכה איז א ספר אין צוויי חלקים: דער ערשטער חלק איז חידושי תורה אויף ש"ס און מועדים, און דער צווייטער טייל איז א מגילת יוחסין פון דעם מחבר, הרב יעקב דוד בנציון כ"ץ און זוהן פון דזשיבויער רב און איידעם ביי לאפושער רב.

דער מחבר האט ארויסגעגעבן דאס ספר לכבוד זיין חתונה אום אסרו חג שבועות תשנ"ד. ס"ה אנטהאלט דאס ספר בערך 150 זייטן.

אין דעם מגילת יוחסין באשרייבט ער דעם ייחוס פון די פאלגנדע פינף און צוואנציג גזע'ס פון וועלכע ער שטאמט:

פרק א': בעל מדרש תלפיות. פרק ב': ריסקעווע, נימיזשא און וויטקא. פרק ג': הר"א מסטרי און תוספות יום טוב. פרק ד': רבי הערשעלע זידיטשויבער און אפי רברבי. פרק ה': בעל מראה יחזקאל. פרק ו': ר' אברהם עביר פון זבידקא און אפי רברבי. פרק ז': דער בעל שם טוב. פרק ח': ר' נחמן האראדענקער און ר' יוסף פון פיסטין. פרק ט': בעל קונטרס הספיקות און תוי"ט. פרק י': בעל דרך אמונה מסיגוט און ר' הערשעלע טשארטקאווער. פרק י"א: בעל ישמח משה. פרק י"ב: ר' ישראל חיים העברי. פרק י"ג: קשאנוב און צאנז. פרק י"ד: דוקלא און צאנז. פרק ט"ו: סיגעט און טאלטשעווע. פרק ט"ז: לינסק און ראפשיץ. פרק י"ז: ראמאן און טשערנאוויץ. פרק י"ח: אוסטילא און נעשכיז. פרק י"ט: קאריץ. פרק כ': שפיטיווקא. פרק כ"א: קרעמניץ און זלאטשוב. פרק כ"ב: קאסוב. פרק כ"ג: ר"י מאדערן פון סיגוט. פרק כ"ד: בעל נודע ביהודה. פרק כ"ה: דוד המלך.