לדלג לתוכן

עגלע בענדיקייטע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אגלה בנדיקײטה)
עגלע בענדיקייטע
קיין פריי בילד
געבורט 1976 (אלט 48 בערך)
ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

עגלע בענדיקײטע (Eglė Bendikaitė) (געבוירן 1976) איז אַ ליטװישע היסטאריקערין און אוניװערסיטעט־לערערין פֿאַר ייִדיש.

עגלע בענדיקײטע איז זינט 2001 אוניװערסיטעט־לערערין פֿאַר ייִדיש בײַם װילנער ייִדיש אינסטיטוט אין װילנער אוניװערסיטעט, און זינט 2002 אָנגעשטעלט בתּורת פֿאָרשערין בײַם ליטװישן אינסטיטוט פֿאַר געשיכטע אין װילנע. זינט 2012 פֿאָרשט זי בײַם אינסטיטוט פֿאַר גלאָבאַלע און אײראָפעישע שטודיעס בײַם לײפּציגער אוניװערסיטעט.

2006 האָט זי אױסגעגעבן דאָס בוך „די ציוניסטישע באַוועגונג אין ליטע” (אױף ליטװיש).

ד"ר בענדיקײטע פֿאָרשט װעגן דער געשיכטע פֿון ייִדישע פּאָליטישע און קולטורעלע באַוועגונגען אין ליטע צװישן די צװײ װעלט־מלחמות, דער געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם אין ליטע און דער געשיכטע פֿון װאַנדערונגען פֿון ייִדן אין ליטע.

זי האָט אָרגאַניזירט דעם אינטערנאַציאָנאַלן סימפּאָזיון „דאָס לעבן, װערק און װירקן פֿון יעקבֿ ראָבינזאָן” דעם 22סטן אָקטאָבער 2007 אין קאָװנע. עס איז געװען געװידמעט דעם פֿעלקעררעכט־יוריסט, פּאָליטיקער און היסטאריקער יעקבֿ ראָבינזאָן (העברעיש׃ יעקב רובּינזון).

בײַם אינסטיטוט פֿאַר גלאָבאַלע און אײראָפעישע שטודיעס בײַם לײפּציגער אוניװערסיטעט פֿאָרשט ד"ר בענדיקײטע זינט 2012 װעגן „דעם לעבן, װערק און װירקן פֿון שמשון ראזנבױם. פּאָליטישע ביאָגראַפֿיע פֿון אַ גרױסער מנהיג־פּערזענלעכקײט פֿון די ציוניסטישע באַװעגונג”.