אייראפעאישע פרייהאנדל אסאסיאציע

פֿון װיקיפּעדיע
לאגא
אין טונקל־גרין ווערן געצייכענט די היינטיקע מיטגליד־לענדער המדינות פון EFTA, און אין העל־גרין ווערן געצייכענט די געוועזענע מיטגליד־לענדער וואס האבן פארלאזט EFTA כדי זיך איינשליסן אין דעם אייראפעאישן פארבאנד

די  אייראפעאישע פֿרייהאַנדל אַסאסיאַציע (European Free Trade Association - EFTA) איז געווארן אויפגעשטעלט דעם 3טן מיי 1960 ווי אן אלטערנאטיווע מעגלעכקייט פאר אייראפעאישע לענדער וואס האבן נישט געוואלט אדער נישט געקענט זיך איינשליסן אין דער אייראפעאישער געמיינדע, וואס איז היינט דער אייראפעאישער פארבאנד.

דער EFTA אפמאך איז גע׳חתמ׳עט געווארן דעם 4טן יאנואר 1960 אין שטאקהאלם דורך זיבן לענדער; אבער היינט האט די אסאסיאציע נאר איסלאנד, נארוועגיע, שווייץ און ליכטנשטיין. וועגן דעם האט מען געדארפט טוישן דעם ״שטאקהאלם אפמאך״ מיטן ״וואדוץ אפמאך״.

דער אפמאך גאראנטירט פרייהייט פון האנדל צווישן די מיטגליד לענדער. דריי EFTA לענדער זענען א טייל פון דעם אינערלעכן מארק פונעם אייראפעאישן פארבאנד דורך דעם "אייראפעאישער עקאנאמישער געגנט" (European Economic Area - EEA) האנדל אפמאך, וואס מ׳האט אויפגעשטעלט אין 1994. דאס פערטע לאנד, שווייץ, האט באשלאסן זיך פארבינדן מיטן אייראפעאישן פארבאנד דורך בילאטעראלישע אפמאכן. דערצו האבן EFTA לענדער פרייהאנדל פארבינדונגען מיט עטלעכע לענדער אינדרויסן פון אייראפע.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אייראפעאישע פרייהאנדל אסאסיאציע