משה האלבערשטאם (קיוויאשד)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי משה האלבערשטאם (נפטר כ"ו תשרי ה'תשע"ב), באקאנט ווי רבי משה'לע האלבערשטאם, איז געווען דער קיוויאשדער רב אין וויליאמסבורג.

ער האט נישט סובל געווען קיין רע, און ער האט ארויסגעטרעטן גאר שארף קעגן יעדן וואס ער האט געזען אלס א שטער פאר קדושה וטהרה.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי משה איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי דוד האלבערשטאם,  קשאנאווער רבי אין אמעריקע, א זון פון רבי ברוך האלבערשטאם, קשאנאווער רב (אן  איידעם פון רבי אברהם חיים הורוויץ (דער צווייטער) פון לינסק, א זון פון רבי מנחם מענדל הורוויץ פון לינסק, א זון פון רבי אברהם חיים הורוויץ), א זון פון רבי משה האלבערשטאם פון קשאנאוו (וואס איז געווען אן איידעם פון רבי ישראל אלימלך אונגאר פון זשאבנא, א זון פון רבי יוסף אונגאר פון דאמבראוו, א זון פון רבי מרדכי דוד אונגאר פון דאמבראוו) , א זון פון רבי  דוד האלבערשטאם פון קשאנאוו, א זון פונעם ״דברי חיים״ פון צאנז.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי משה האט געהייראט א טאכטער פון רבי אלעזר שפירא פון קיוויאשד, א זון פון רבי מרדכי פון בערשט. ער האט איבערגענומען דעם ביהמ"ד וואס שטייט אויף פען סט. אין וויליאמסבורג. פון זיין שווער רבי אלעזר שפירא וואס איז נאך געווען רב אין דער שטאט קיוויאשד אין אייראפע.

קיוויאשד האט אמאל פארמאגט א תלמוד תורה און א ישיבה קטנה, און ווען זיין שווער האט נאך געלעבט איז ער דארט געווען ראש ישיבה. עס האט זיך פארמאכט אין די פריע ה'תש"ם יארן צוליב פארשידענע סיבות.

ער איז געווען א שארפער קנאי, עס ווערט דערציילט אז ווען ער האט אלס בחור געלערנט אין בית מדרש עליון אין מאנסי, איז איינמאל געקומען דארט באזוכן א אנגעזעהענער מאדערנער איד, און מען האט יענעם מכבד געווען מיט א עלי', אבער קיוויאשדער רב -זייענדיג א פייערדיגער קנאי- האט דאס נישט געקענט סובל זיין, איז ער אליין שנעל צוגעשפרינגען צום באלעמער, און שנעל געמאכט די ברכות, און אזוי עס אויסגעכאפט פון דעם איד, עס ווערט דערציילט אז הגאון רבי ראובן גראזאווסקי דער ארטיגער ראש ישיבה האט אים דערנאך געזאגט אז ער האט גוט געטאן.

ער איז געווען גאר שארף אויסגעשפראכן קעגן כאפן בילדער פון אים.

דער קיוויאשדער רב ז"ל איז אמאל איינגעשטאנען ביי א איד אין קרית יואל אויף שבת, בלייבנדיג געשטראנדעט דארט נאכן באערדיגן זיין מוטער ע"ה ערב שבת נאנט צום זמן, בעפארן אהיימפארן האט דער רב זיך שטארק באדאנקט פארן בעל אכסניא אז ער האט זייער הנאה געהאט, דער איד האט געכאפט די געלעגנהייט און געבעטן אז ער האט צוויי טעכטער וואס ווארטן שוין אפאר יאר אויף זרע של קיימא און זענען נאכנישט געהאלפן געווארן, האט דער רב אים געזאגט: ווער בין איך צו וואונטשן, אבער איך האב געהאט גרויסע זיידעס, אין דעם זכות וואס דו האסט מהנה געווען זייער אייניקל זאלן דיינע קינדער געהאלפן ווערן. וכך הוה, ביז א יאר זענען ביידע טעכטער געהאלפן געווארן.

ער איז אוועק אום כ"ו תשרי ה'תשע"ב. דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן (מאנטאג פון פרשת נח) איז ער אויפגעשטאנען, געזאגט ברכות און געליינט קריאת שמע, געטרונקען און געזאגט אז ער וויל נאכאמאל ליינען קריאת שמע, ויצאה נשמתו. ער ליגט אין דער קיוויאשדער חלקה אין ניו דזשערסי.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיינע קינדער זענען:

  • הרב יצחק מרדכי האלבערשטאם שליט"א, קיוויאשדער רב, איידעם פון רבי בעריש לויפער, א איידעם פון רבי יוסף פאנעט פון דעעש.
  • הרב ברוך נתן האלבערשטאם שליט"א, אב"ד פון סאטמאר אין לאנדאן, איידעם פון רבי מרדכי שטיין פון פאלטישאן.
  • הרב הערש אלימלך האלבערשטאם שליט"א בארנאוו'ער רבי, איידעם פון ראחמיסטריווקא רבי פון אמעריקע

זיינע איידימער זענען:

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]