אוואולאציע

פֿון װיקיפּעדיע
א דיאגראם פון די הארמאנישע טוישן ביי די צייט פון אוויולאציע

אוואולאַציע אדער איילייג איז ווען אן איי ווערט באפרייט פון די אייערשטאקן פון א נקיבה.

אוואולאציע געברויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כדי א פרוי זאל ווערן טראגעדיג פעלט אויס עטליכע קאמפליצירטע פראצעדורן זאלן געשען אין דער זעלבער צייט.

די ערשטע זאך הייסט "אוואולאציע" דאס געשעט בערך צוויי וואכן נאכן באקומען דעם מענסטרואציע פעריאד (אין א געווענליכער ציקל וואס נעמט בערך פון 28 ביז 32 טעג).

א דורכשניטליכער געזונטער מאן פראדוצירט בערך פופציג מיליאן צעלן יעדע מאל וואס מען פרובירט. פון די מיליאנען, וועט גאר א קליינע צאל בלייבן לעבעדיג, פון די לעבנגעבליבענע וועט נאך א קלענערע צאל באווייזן אנצוקומען צו די פעלאפיען טובס, פון דעם וועלן נאך ווייניגער אנקומען צום סוף פון די טובס ווי די איי פון די נקיבה ליגט נאכן ווערן רייף.

צום סוף וועט איין איינציגע צעל אנקומען צום איי און וועט עס פרובירן צו באפרוכפערן דורך אדורכברעכן די הארטע אויסערליכע ווענט פון די איי. איינמאל דאס פאסירט דארף נאך געשען פיל קאמפליצירטע פראצעדורן אז מ'זאל ווערן טראגעדיג.

די צוויי צעלן דארפן זיך פאראייניגן און ווערן אן עמבריא, און דורך שווימען די טובס צוריק צו די טראכט, ווי עס פלאנצט זיך איין און ווערט אנטוויקלט אין א פיטעס (עובר).

דער שליימהויט פונעם טראכט (endometrium) ווערט דיקער אין אט דעם צייט, כדי צו קענען האלטן דאס פערטיליזירטע איי, וואס פון דעם וועט געשאפן ווערן מיט'ן אייבירשטנ'ס הילף דער שוואנגערשאפט.

אבער אויב די איי וועט נישט אנטרעפן קיין זרע און נישט ווערן פערטילייזט, וועט די שליימהויט פארוואנדלט ווערן אין די מאנאטליכע מענסטרואציע, און אזוי ארויסגיין פון קערפער. די אוועקגעפאלענע שליימהויט געמישט מיט בלוט און אנדערע פליסיקייט קומען ארויס פונעם קערפער דורך דער וואגינע.

פרויען מיט אומרעגולערע פעריאדן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געוויס קענען פרויען מיט אומרעגולערע פעריאדן אוואולירן און ווערן טראגעדיג, אבער אויב זיי אוואולירן, איז עס מעגליך שפעט אדער נישט יעדן חודש. געוויסע פרויען קענען אוואולירן נאר צוויי מאל א יאר און האבן זייער צומישטע פעריאדן אינצווישן. אויב ס'איז דא זייער א הויכע ספערם צאל איז זייער מעגליך אז די פרוי וועט ווערן טראגעדיק די איין מאל וואס זי אוואלירט יא.

די סיבה פארוואס א רעגולערע ציקל ווייזט אויף אוויולעישן איז, אז פראדשעסטעראן וואס ווערט ארויסגעלאזט נאר נאכדעם וואס אוואולאציע האט שוין פאסירט, מאכט ווייך די ליינינג פונעם יוטערעס, און ביים סוף פונעם ציקל וועט זיך עס בעסער און ריינער אפשיילן. ווען אוויולעישן איז נאכנישט פארגעקומען, און פראדשעסטעראן איז נישט פאבריצירט געווארן, איז די ליינינג פון יוטערעס עטוואס הארטער און שיילט זיך אין שטיקלעך. פיריאדס קענען זיין שוואך ביז ס'זאמלט זיך אן עטליכע חדשים פון די נישט געהעריגע אפגעשיילטע ליינינג. אומרעגולערע פיריאדס זענען אן אנדייטונג אז די ליינונג שיילט זיך שטאפלווייז, אנשטאט א שטארקע שיילונג פון די גאנצע דיקקייט, און זענען א צייכן פון הארמאן און אוויולעישן אומארדענונג.

וויאזוי קען מען וויסן ווען מ'אוואולירט? [רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דערויף איז דא פארשידענע וועגן, ווי פאלגענד:

בעיסעל באדי טעמפרעטשור (BBT)[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ביליגסטע מיטל פון באשטימען אוואולאציע איז צו האלטן א טעגליכע בעיסעל באדי טעמפרעטור טשארט, כאטש דער טעסט ווערט שוין אומפאפולער היינטיגע צייטן ווען ס'איז שוין דא צו באקומען איינפאכע היים אוואולאציע טעסט קיטס (LH דיפסטיקס) פאר יורין. די BBT ווערט גענומען תיכף ווען מ'שטייט אויף אינדערפרי, פאר מ'גייט ארויס פון בעט אדער מ'הויבט אן צו טאן סיי וואס. פאר אוויולעישן וועט דער טעמפעראטור שטענדיג זיין בערך א האלבע ביז איין גראד פארענהייט נידריגער ווי נאך אוויולעישן. די פראדוקציע פון פראדשעסטעראן (וואס קען נאר פאסירן נאך אוויולעישן) העכערט דעם קערפער'ס טעמפעראטור, ממילא קומט אויס אז מ'מעסט פאקטיש די פראדשעסטעראן פראדוקציע. טשארטס צו האלטן חשבון פון די חודש'ליכע טעמפעראטורן זענען דא צו באקומען אין כמעט אלע דראג סטארס אדער ביים דאקטער.

ס'זעט אויס גרינג אבער ס'זענען דא שטרויכלונגען און אומגלויבליכע עגמת נפש ביי דעם ביליגן אופן פון באשטימען אוויולעישן. אויב די טעמפעראטורן ווערן נישט גענומען די ערשטע זאך אינדערפרי, פאר מ'רירט זיך אפילו אויפצושטיין קענען זיי ווייזן א פאלשע העכערע גראד וואס וועט זיין שווער אויסצוטייטשן. יעדן אווענט פאר מ'לייגט זיך דארף מען לייגן דעם פיבער מעסטער ביים נאכטטישל (נאכ'ן אראפשאקלען) צו די האנט. אויב מ'פארגעסט וועט מען דארפן ארויסגיין פון בעט צופרי צו נעמען דעם פיבער מעסטער. אפילו די שוואכע פעולה קען ארויפברענגען דעם טעמפעראטור העכער דעם בעיסעל שטאפל און מאכן די מעסטונג פון יענעם טאג ווערטלאז.

נאך א פראבלעם איז, אז ס'ווערט א טעגליכע עול וואס דערמאנט כסדר וועגן דעם פראבלעם און מאכט שווער דעם געמיט. אזויפיל פרויען דערציילן אז זיי זענען ענדליך געווארן טראגעדיק נאכדעם וואס זיי זענען מיד געווארן פונעם פיבער מעסטער און עס איינפאך ארויסגעווארפן פון פענסטער.

א דריטער פראבלעם איז אז כאטש BBT געבט א בילד פון פראדשעסטעראן פראדוקציע, איז עס נאר אן אומדירעקטע אנדייטונג. BBT מוז געווענטליך ווערן באשטעטיגט דורך דירעקטע טעסטן פון בלוט פראדשעסטעראן שטאפלען ווייל דער טעמפעראטור קען ווערן באווירקט פון אזעלכע זאכן ווי פארקילונגען, פלו ווירוס, זיין אויף שפעט ביינאכט און אפילו נישט שלאפן געהעריג ביינאכט. מ'דארף געדענקען אז די בעיסעל באדי טעמפרעטשור איז דעם קערפער'ס טעמפעראטור נאך א נאכט פון נארמאלע רואיגע שלאף. דער קערפערליכער טעמפעראטור דערגרייכט געווענטליך די נידריגסטע שטאפלען נאכדעם וואס אלע אקטיוויטעטן פון מח און די מוסקולן האבן זיך אפגעשטעלט אויף עטליכע שעה. דערפאר איז די בעסטע צייט צו מעסטן די בעיסעל טעמפעראטור גלייך ווען מ'שטייט אויף אינדערפרי. די טעמפעראטור דורכאויס דעם איבריגן טייל פון טאג גייט ארויף און אראפ דורך די טעגליכע אקטיוויטעטן און וועט נישט זיין קיין ריכטיגע אנדייטונג צו דער קערפער פאבריצירט פראדשעסטעראן.

דער טעמפעראטור גייט נישט ארויף ביז א טאג נאך אוויולעישן און דעמאלטס קען די איי מער נישט ווערן פערטילייזט, דער סערוויקס איז צוגעמאכט און די סערוויקל מיוקוס איז פיינטליך צו ספערם. קומט אויס אז ווארטן ביז דער טעמפעראטור גייט ארויף פאר'ן האבן באציאונגען איז נישט קיין אופן פון פארגרעסערן די שאנסן פון שוואנגערן נאר אן אויסגעצייכענטער מיטל פון ריטמישער געבורט קאנטראל. באציאונגען דארפן זיין איינס אדער צוויי טעג פאר דער טעמפעראטור גייט ארויף און דער בעיסעל באדי טעמפרעטשור קען נישט פאראויסזאגן ווען מ'וועט אוואולירן. ס'קען נאר ווייזן אז מ'האט שוין ווארשיינליך אוויוליעטעד נאכדעם וואס ס'איז צו שפעט צו טאן ע פעס דערוועגן

סערוויקל שליים טעסטינג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בשעת די פריסטע שטאפל פונעם ציקל איז דער סערוויקס פארמאכט און זייער ווייניג סערוויקס־שליים ווערט פאבריצירט. אנגעפאנגען פון בערך טאג ניין אדער צען, אונטער'ן איינפלוס פון די עסטראגען וואס ווערט פאבריצירט דורכ'ן פאליקל וואס אנטוויקעלט זיך, פאנגט זיך די סערוויקל שליים אן צו פארמערן און דער סערוויקס פאנגט זיך אן אביסל צו עפענען. ווען די פאליקל פראדוקציע פון עסטראגען דערגרייכט דעם מאקסימום, געווענטליך בערך טאג דרייצן אדער פערצן אין א נארמאלן ציקל, איז דער סערוויקס ברייט אפן און מ'קען ממש אריינזען דערין צוליב די קלארע וואסערדיגע שליים וואס פליסט ארויס. דערנאך, ווען די פרוי אוויולעיט און פראדשעסטעראן ווערט פאבריצירט, וועט זיך די עפענונג צום סערוויקס דראמאטיש פארמאכן, און די פראדוקציע פון סערוויקל שליים וועט זיך כמעט גענצליך אפשטעלן.

דאס ביסל שליים וואס איז פארבליבן וועט זיין קלעבעדיג און פארלירן די קלארקייט. ביי דעם פונקט וואלט די זרע נישט געהאט קיין שאנס דורכצוברעכן די שליים. אויב דער דאקטער זעט אן אזוי גערופענעם פרי-אוויולעטערי סערוויקס )מיט א ברייטע עפענונג און אסאך קלארע שליים (אין פערצנטן טאג, און נאכדעם פארמאכט זיך די סערוויקל עפענונג ביז א טאג צוויי, קען דער דאקטער זיין היפש זיכער אז די פרוי האט אוויולעיטעד.

טעסטן די סערוויקל שליים איז נוצליך נישט נאר אלץ מיטל אויסצורעכענען ווען אוויולעישן איז פארגעקומען, נאר אויך צו באשטימען צו דער סערוויקס איז גרייט אויפצונעמען ספערם. איינע פון די גאנגבארסטע דערמאנטע סיבות פון פרויען אומפרוכפערקייט איז דער סערוויקל פאקטאר. דאס מיינט פשוט אז אפילו אין מיד-ציקל פאבריצירט נישט די פרוי גענוג סערוויקל שליים אדער נישט גענוג גוטע קוואליטעט שליים, צו ערלויבן די ספערם אריינצודרינגען.

רוב מאל איז די סיבה פון דעם סערוויקל פאקטאר נישט קיין געוויסע אבנארמאלקייט אינעם סערוויקס אדער אן אומפעאיגקייט פונעם סערוויקס צו פאבריצירן גוטע קוואליטעט סערוויקל שליים נאר ענדערש פון א מאנגל אין הארמאן סטימולאציע אינעם פאליקל שטאפל פון ציקל. איך האב געזען אז סטימולירן דעם אוואולאציע־ציקל מיט FSH איינשפריצונגען איז נישט נאר גורם גוטע פאליקל אנטוויקלונג און אוואולאציע נאר ס'לעזט געווענטליך אויך דעם סערוויקל שליים פראבלעם.

בלוט הארמאנען טעסטן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צו באקומען א גענוגענדע הארמאן אפשאצונג פון די פרוי וואלט פארלאנגט כמעט טעגליכע בלוט טעסטן צוליב די הארמאן שטאפלען וועלכע טוישן זיך יעדן טאג פון ציקל. אזא צוגאנג איז טייער און אומפראקטיש. רוב פערטיליטי ספעציאליסטן פארלאזן זיך שטארק אויף די אומדירעקטע אנדייטונגען פון הארמאן באלאנסן וועלכע זענען פריער געשילדערט געווארן. די איינציגסטע צייט וואס הארמאן שטאפלען מוזן טעגליך אבזערווירט ווערן איז אין א פרוי וואס איר אוויולעישן ווערט אנגערייצט דורך FSH איינשפריצונגען. אונטער די אומשטענדן מוז דער עסטראגען שטאפל אין די בלוט געמאסטן ווערן יעדן טאג )אדער יעדן צווייטן טאג( כדי צו באשטימען די ריכטיגע דאזע. אויסער דעם איז זעלטן נויטיג א קאמפליצירטע טעגליכע סעריע פון טעסטן.

LH יורין דיפסטיקס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מערסטע נוצליכע אינפארמאציע וועגן דעם מענסטרועל ציקל און אוויולעישן קען מען עררייכן אינדערהיים דורך דעם LH דיפסטיק. די סארט טעכנאלאגיע איז דא צובאקומען אין לאקאלע דראג סטארס אונטער ברענד נעמען ווי Response First, Ovustick ,און אסאך אנדערע פון פארשידענע פירמעס. ווען זיי זענען

דער יורין טעסט

ארויסגעקומען זענען זיי געווען שווער און אומבאלומפערט און האבן פארלאנגט בערך א שעה צו טעסטן, אבער היינט קען מען באקומען אן איינפאכער ענטפער ביז עטליכע מינוט. LH דיפסטיקס געבן נישט קיין פונקטליכע מאס פון LH שטאפלען אין די בלוט, נאר ווערן א געוויסע קאליר אינעם טאג וואס דער LH דערגרייכט א הויכן שטאפל. אויב מ'מאכט דעם דיפסטיק יעדן אינדערפרי וועט עס זיין נעגאטיוו ביז'ן טאג פונעם LH פלייץ. אויב מ'מאכט דעם טעסט א טאג צוויי שפעטער וועט עס נאכאמאל זיין נעגאטיוו. דער איינפאכער היים מיטל צו באשטימען ווען מ'אוויולעיט האט פיל מעלות איבער די באדי בעיסעל טעמפרעטשור און סערוויקל מיוקוס טעסטינג.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער מאמענט פון אוויולאציע: http://news.bbc.co.uk/2/hi/health/7447942.stm