יהודה כהנא-העלער

פֿון װיקיפּעדיע
יהודה כהנא-העלער
געבורט 2 דעצעמבער 1743 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 22 אפריל 1819 (אלט 75) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הגאון רבי יהודה בן הרב יוסף הכהן כהנא-העלער (כסלו ה׳תק״ד – כ״ז ניסן ה׳תקע״ט) איז געווען דער ערשטער רב פון סיגעט און דער מחבר פון ״קונטרס הספיקות״. ער איז געווען א ברודער פון הרב אריה לייב העלער, דער מחבר פון ״קצות החושן״.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יהודה איז געבוירן אין קאלושגאליציע. פון אנפאנג האט ער געפרואווט זיך צו ערנערן פון זיין אייגענער ארבעט, ער האט געהאט א קרעטשמע אין א דערפל נעבן קאליש. ווען זיינע געשעפטן זענען דורך געפאלן איז ער אריבער וואוינען קיין לעמבערג, דארט האט ער קענען געלערנט דעם גאון דער פרי מגדים, מיט וועמען ער איז געווארן שטארק באפריינדעט. אין לעמבערג האט רבי יהודה זיך אפגעגעבן מיט דעם דרוקן פון זיין ברודער'ס ספר, דעם קצות החושן, צו וועמען ער האט צוגעלייגט זיין אייגענעם ספר דעם קונטרס הספיקות. שפעטער איז רבי יהודה געווען דיין אין מונקאטש און רב אין סעליש, אין איז געווען באקאנט ווי איינער פון די גאוני הדור.

אין יאר ה'תקס"ב האט מען אויפגענומען רבי יהודה פאר רב אין סיגעט און די גלילות מארמאראש. זיין אויפנעמען איז נישט געווען איינפאך, די פירערס פון דער געמיינדע פון סיגעט האבן געהאלטן מען זאל אויפנעמען דעם סעלישער רב רבי יהודה אלס רב, אבער די פירערס פון דער מארמאראשער אומגעבונג - ספעציעל די פאמיליע שטערן, וועלכע זענען געווען גרויסע גבירים, האבן געוואלט מען זאל אויפנעמען איינעם פון זייער פאמיליע, הרב מנחם שטערן, וועלכער איז געווען דיין אין קאלוש. ביידע זייטן זענען געפארן ברענגען זייער רב, ווען די צוויי רבנים האבן זיך צוזאמען געטראפן אין סיגעט זענען זיי אדורך געקומען צווישן זיך אין רבי מנחם האט אפגעטרויטן דאס רבנות, און געווארן ראש בית דין פון רבי יהודה.

אין די צייטן פון רבי יהודה האט מען געבויט די ערשטע שול אין סיגעט, און סיגעט האט זיך אנגעהויבן צו פארמערן מיט יודן אין תלמידי חכמים. רבי יהודה איז געווען רב אין סיגעט ביז ער איז נפטר געווארן כ"ז ניסן ה'תקע"ט. ער האט איבערגעלאזט זיבן זין און איין טאכטער, וואס פון זיי האט זיך אנטוויקלט די באקאנטע פאמיליע "כהנא", צווישן זיי רבנים, תלמידי חכמים, חסידים, גבירים אין עסקנים.

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויסער דעם ספר קונטרס הספיקות איז געדרוקט געווארן פון רבי יהודה דער ספר תרומת הכרי, דורך זיינס אן אייניקל רבי שמעלקא גינצלער, רב אין ווישאווא.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]