האנטבוך פון העברעיזמען

פֿון װיקיפּעדיע

האַנטבוך פון העברעיִזמען איז א ווערטער בוך וועלכער נעמט צוזאם און פארטייטשט ווערטער פון לשון קודש אויף יודיש.

עס איז אויסגעפארשט און צוזאמגעשטעלט דורך נחמן קרופין און ארויסגעגעהבן דורך איקוף פארלאג אין בוענאס איירעס אין יאהר 1957.

אינהאלט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער אריינפיהר צום בוך איז געשריבן לויט די שיטה אז מ'שראַהבט אפי' "לאָשען קוידעש" ווערטער מיטן יודישן אויסלייג.

עס אנטהאלט דריי טיילן. דער עהרשטער איז צעטיילט אין צוויי: איינצלנע ווערטער און זייערע פארטייטשונגען לויט די א"ב, און דערנאך באזונדער אויסדרוקן און אידיאמען וועלכע באשטייען פון צוויי אדער מעהרערע ווערטער.

דער צווייטער איז א קורצער וועלכער אנטהאלט א ליסטע ווי אזוי מע פאריודישט די העברעיאישע שורש'דיגע ווערטער מיט א נישט לשון-קודשדיגן פּרעפיקס און סופיקס.

דער דריטער טייל ברעהנגט ביישפילן און מוסטערן פון די יודישע ליטעראטור ווי די ווערטער וועהרן געניצט.

א צוגאב איז א טאבעלע פון די אלף בית, ימים טובים און תנ"ך.

בס"ה אנטהאלט דער בוך 252 זאהטן.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]