אין בונד פון לעבן

From װיקיפּעדיע
Jump to navigation Jump to search

אין בונד פון לעבן איז א יודיש בוך פון ליעדער געשריבן דורך משה עטינגער ארויסגעגעהבן דורך פארלאג די ברידער שולזינגער אין יאהר ה'תש"ל אין ניו יארק.

די פאעמען אין דעהם בוך זענען מעהרסטנס קורצע, אבער מיט א שארפן און טיעפן אינהאלט. ער ניצט נישט צו הויעכע ווערטער און מ'פארשטייט גאנץ קלאהר דעהם פונקט וואס ער וויל ארויסברעהנגען.

אינהאלט[edit | edit source]

דער בוך, וואס דער מחבר ווידמעט פאר מרים זיין בת יחידה, איז איינגעטיילט אין די פאלגנדע פינעף אפטיילונגען:

  • אייגענע וועלטן, 13 פאעמען
  • יידן בויען, אכט פאעמען איבער ארץ ישראל
  • צעווייטיקטע הייכן, 23 פאעמען איבער רעליגיע, יודישע שפראך און חסידים
  • ווילדע וועלט, זיבעצן פאעמען איבער די זינלאזיגקייט פון מלחמה, ספעציפיש אין וויעטנאם און נאך
  • אין אייביקן רייסטער, זעקס און צוואנציג פאעמען

אלע צוזאמען אנטהאלט דאס ביכל 94 זייטן.

וועב לינקען[edit | edit source]