א ליטוואק אין פוילן

פֿון װיקיפּעדיע

א ליטוואַק אין פּוילן איז א יודיש ביכל פון זכרונות געשריבן דורך דניאל טשארני ערשינען אין ניו יארק דורכן אלטוועלטלעכן יידישן קולטור-קאנגרעס פאראייניגט מיט ציקאָ, אין יאהר 1955.

דער בוך שטעלט פאָהר אן אויטענטישן בליק און אבזערוואציע פון דאס ווירבלנדיגן יודישן לעהבן אין פוילן הארט פאַהר דער צווייטע וועלט-מלחמה.

אינהאלט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אינעם בוך שילדערט דער פארפאסער, אין קורצע אנעקדאטן, פון זיין באזוך און ערפארונגען אין פוילן אין די צוויי יאהר פון 1935 און 1936 ווען ארומוואנדערנדיג דארט אלס ליטערארישער פערזעהנלעכקייט איז ער שפּאַסיג באטיטלט געווארן אלס דער היימלאזער אמבאסאדאר פון יידישלאנד. זייענדיג א סאוויעטישער בירגער האט ער געהאט פארשיעדענע פּראָבלעהמען מיט דער דעמאלטסדיגער נארוואס-זעלבסטשטענדיגער אנטי-צארישע-און-יודישע פוילישער רעגירונג און למעשה געמוזט פארלאזן ווארשע אין איילעניש קיין פראג.

דאס בוך באשטייט אין צוויי אפטיילונגען וואו ער באשרייבט בעיקר ווילנע און ווארשע און אויפן שפיץ גאהפּל די ארומיגע געהגנטער ווי: ביאליסטאק, גראדנע און אטוואצק.

ער ווידמעט היפש פלאץ פאר די באזוך פון זיין ברודער וולאַדעק, דאן א קאונסילמאן אין ניו יארק סיטי האל. ווי אויך באשרייבט עהר דער "מעדעם סאניטאריע" פאר ארימע קינדער וואס די אמעריקאנער יודן האבן געשטיצט.

בס"ה אנטהאלט דאס בוך 140 זייטן.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]