סופערמאן

פֿון װיקיפּעדיע
סימבאָל פֿון סופּערמאַן

סופּערמאַן (ענגליש: Superman) איז א בארימטער קאמיקס כאראקטער. ער איז אפשר געווען די ערשטע מאדערנע סופּערהעלד כאראקטער. סופּערמאַן איז געשאפֿן געווארן דורך דזשערי סיגל און דזשא שוסטער אין 1932, ביי זייערע יארן אין מיטלשול. ער האט ערשט באווייזט זיך אין "עקשן קאמיקס" באנד #1, אין 1938. דערנאך האט ער באווייזט זיך אין פֿילמען, טעלעוויזיע סעריעס, קארטונען, רעקלאמעס און ראדיא פראגראמען. סופּערמאַן איז איינער פון די מערסט פאפולערע סופּערהעלדן און ווערט באווייזט אין DC קאמיקס.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סופּערמאַן קומט פֿון א פלאנעט מיטן נאמען קריפּטאָן. זיין נאמען איז געווען קאַל-על (Kal-El). ווען זיין פאטער, דזשאָר-על, האט געלערנט אז זייער פלאנעט וועט עקספּלאָדירן, האט ער געשיקט זיין זון קיין ערד אין א קאסמאסשיף צו ראטעווען אים. קאַל-על איז געפֿונען און אַדאפטירט געווארן דורך דזשאנאַטאַן און מאַרטאַ קענט. זיי האבן אים גערופֿן קלאַרק קענט (Clark Kent). די קענט פֿאמיליע האט אים אויפֿגעכאָוועט אלס זייער אייגן אין דעם שטעטל סמאָלוויל, קענזעס אין די פאראייניקטע שטאטן. עס איז דא א טעלעוויזיע סעריע מיטן נאמען "סמאָלוויל" וועגן זיין לעבן דא.

ווען ער דערוואקסט לערנט קלאַרק אז ער האט ספעציעלע כוחות. ער איז אומבאַזיגלעך, איז גענוג שטאַרק כמעט אַלץ אויפֿצוהייבן, און קען פֿליען. סופּערמאַן קען לויפֿן און באַוועגן שנעלער ווי אַ מעטאַלכל. ער האט רענטגען און היץ זען, קען פֿרירן זאַכן מיט זיין פֿראָסט דעך און זיין סופּער פּרייַכונג. ער באַשטימט צו נוצן זיינע ספעציעלע כוחות צו קעמפֿן פֿאַרברעכנס און ראטעווען מענטשן אין געפֿאַר. ער טראגט א בלוי-און-רויט פֿאַרקליידונג און מאַנטיליע צו באהאלטן זיין אלטער עגא.

סופּערמאַן איבערקליבט זיך צו דעם שטאט מעטראָפּאָליס און ווערט א זשורנאליסט פֿאַר א צייטונג מיטן נאמען "דיילי פּלאַנעט". ער פֿאַרליבט זיך מיט אן אנדערע זשורנאליסטין, לויס ליין.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: סופערמאן