קאטערינא טאראנגי

פֿון װיקיפּעדיע
קאטערינא טאראנגי
געבורט 1646
שפּאַניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 6 מאי 1691 (אלט 45 בערך)
שפּאַניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

קאַטערינא טאַראנגי אי טאַראנגי (שפּאַניש: Caterina Tarongi i Taronga; ‏1646, פאלמא, 6טן מיי 1691, פאלמא) איז געווען א יידענע וואס איז געשטארבן על קידוש השם ווען די שפאנישע אינקוויזיציע האט זי פארברענט לעבעדיגהייט.[1]

די טאראנגי אי טאראנגי פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קאטערינא איז געבוירן געווארן אין פאלמא, די הויפטשטאט פונעם דעמאלסטיקן קעניגרייך פון מאיארקע.

זי איז געווען א טאכטער פון רפאל יוסף טאראנגי אי אקילא און פראנצינא טאראנגי אי מארטי. זי איז געווען די ווייב פון  גווילעם מארא טאראנגי פעס. קאטערינא׳ס עלטערן האבן געהאט אינגאנצן זיבן קינדער: פראנצעסק גווילעם, רפאל, קאטערינא, איסאבעל, מארגאלידא און פראנצינא.

צווישן די יארן 1677 און 1678, האט מען איינגעזעצט 237 שועטעס פאר דאווענען יום כיפור אין די סאדן פון פער אנאפֿרע קארטעס, נאכדם וואס רפאל קארטעס ד׳אַלפֿאנס האט זיי געמסר׳ט;[2] צווישן די איינגעזעצטע פון דער אזוי־גערופענער "1678 פארשווערונג", זענען געווען די גאנציע טאראנגי משפחה, וועמען די אינקוויזיציע האט אריינגעשטעלט אין טורמע און געפירט צו א פראצעס. מ׳האט געכאפט די גארע פארמעגן פון דער משפחה און זיי געגעבן לייכטע אורטלען.[3]

נאך די אויטא-דא-פעס פון 1678, האבן קאטערינא׳ס צוויי גרעסטע געשוויסטער, פראנצעסק און גווילעם געדאנדזשעט אנטלויפן פונעם אינזל, און זענען אנגעקומען אין אלעקסאנדיע (עגיפטן), וואו זיי האבן געהיטן יידישקייט בפרהסיא, און אויך געניצט זייערע יידישע נעמען, דוד און שלמה.

די אויטא-דא-פעס פון 1688[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זונטיק דעם 7טן מערץ, 1688, נאכמיטאג, האבן א גרופע פון שועטע (מאיאראקאנער יידן) משפחות פון פאלמא געפרואווט אנטלויפן פונעם אינזל אויף אן ענגלישער שיף, אבער די שיף האט נישט געקענט אפפֿארן און זיי זענען צוריק אהיים. זיי זענען אבער געווארן אנטפלעקט דורך מאיארקאנער קאטאליקן צוליב וואס מ׳האט זיי אריינגעשטעלט אין טורמע.

אנדערש ווי די  "1678 פארשווערונג", האט מען אויסגערופן די אנוסים ווי יידן און זיי האבן זיך אפגעזאגט פון תשובה טון אויף זייער כוונה צו קערן צוריק צו יידישקייט אין די לענדער וואו מ׳האט געלאזט יידן וואוינען. קאטערינא׳ס עלטערן און איר שוועסטער פראנצינא האט מען געפייניקט צום טויט.

די אויטא-דא-פעס פון 1691[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1691, האט די שפאנישע אינקוויזיציע געהאלטן אויט-דא-פעס וואו מען האט געהרג׳עט 37 מאיארקאנער באהאלטענע יידן, פון א סך-הכל פון 86 וואס דער באלעארישער אינקוויזיציע־געריכט האט פראצעסירט:[4][5]

  • אום 7טן מערץ, 1691, האט מען פאראורטיילט 21 שועטעס צו לייכטע שטראפן.
  • אום 1טן מיי, 1691: האט מען פאראורטיילט 21 ארעסטאנטן צו טויט דורך קלאפן מיט א פֿלאקן און דערנאך פארברענען זייערע קערפער.
  • אום 6טן מיי, 1691, האט מען פאראורטיילט נאך 21 ארעסטאנטן: 14 צו ווערן פארברענט , און זיבן צו פארברענען אין פֿיגור. פון די 14, 11 זענען פאראורטיילט געווארן צו הרגענען מיט א פֿלאקן איידער מ׳האט זיי פארברענט, אלס כפרה ווייל זיי האבן מודה געווען. די אנדערע דריי איינגעקלאגטע זענען פאראורטיילט געווארן צו ווערן פארברענט לעבעדיגהייט: רבי רפאל וואַלס, קאטערינא טאראנגי און איר ברודער רפאל טאראנגי. אירע שוועסטער מארגאלידא און איזאבעל טאראנגי האט דערשטיקט און פארברענט דעם זעלבן טאג.[6]
  • אום 2טן יולי, 1691, ווען מען האט פאראורטיילט 23 אנוסים: 17 אנוועזנדע און 6 וואס זענען שוין געווען טויט אדער האבן אנטלאפן.

קאטערינא טאראנגי האט מען פארברענט לעבעדיגהייט ביי דער אויט-דא-פֿע אום 6טן מיי 1691.[7][8] די אינקוויזיטארן זענ ען געווען באיינדרוקט נישט נאר מיט איר שיינקייט נאר מיט איר פעסטקייט נישט אפצולייקענען איר אמונה.[9] עטלעכע דרייסיק טויזנט מענטשן האבן צוגעזען איר הינריכטונג.[10]

דער יעזואיטישער גלח פראנצעסק גארא האט פארשריבן א פרטימדיקן באריכט פון די פארברענען און אויך וועגן קאטערינא טאראנגי און איר ברודער רפאל אין דעם בוך La fe triunfante.[11]

נאכווארט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אום 5טן מיי, 2011,[4] איז פארגעקומען אן אפיציעלער טראף ביים Consolat de Mar אין אנדענק פון דער 1691 שריפה. אנוועזנד זענען געווען פראנצעסק אנטיק, פרעזידענט פון דער באלעארישע אינזלען רעגירונג  רבי ניסן בן אברהם, אן אייניקל פון דער טאראנגי משפחה,[6] און רבי יוסף וואליס, אן אייניקל פון רפאל וואלס.[12][13] דאס איז געווען דאס ערשטע מאל א ראיאן־רעגירונג אין שפאניע האט געהאלטן אן ערע פאר די יידישע קרבנות פון דער שפאנישער אינקוויזיציע.[5]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Miquel Forteza Pinya: Del meu temps (volumen II).
  2. Página 53, capítulo «Llinatges xuetes», en el libro Un juego de engaños, movilidad, nombres y apellidos en los siglos XV a XVIII de Gregorio Salinero e Isabel Testón Núñez.
  3. The chuetas of Majorca: conversos and the Inquisition of Majorca (volumen 29, 227 páginas), de Baruch Braunstein.
  4. a b El Govern honrará este jueves a los judíos conversos condenados a muerte en 1691 por la Inquisición en Mallorca. 20 Minutos
  5. a b Francesc Antich homenatja els xuetes executats per la Inquisició (ארכיווירט 05.05.2018 ביי דער Wayback Machine).
  6. a b Una familia nefasta – Historia de la familia Tarongí.
  7. Pere Joan i Tous (ed.
  8. Joan Ramón Resina: Iberian modalities.
  9. Minorías y migraciones en la historia.
  10. ברוינשטיין, Els xuetes… p. 148 y 162.
  11. Artículo para la venta del libro La fe triunfante (en papel), en español, editado por Francisco Garau.
  12. ברוך ברוינשטיין: Els Xuetes de Mallorca.
  13. «Francesc Antich homenatja els xuetes executats per la Inquisició» (ארכיווירט 05.05.2018 ביי דער Wayback Machine), artículo en el sitio web DBalears, del 6 de mayo de 2011.