אקציע פיגור

פֿון װיקיפּעדיע

אן אקציע פיגור (ענגליש: Action figure) איז א קליינע סקולפטור פון א בארימטע פערזאן אדער פיקטיווער כאראקטער. זיי קענען ווערן געמאכט פון פלאסטיק אדער אנדערע מאטעריאלן. זיי זענען אפט באזירט אויף כאראקטערן פון פילמען, קאמיקס ביכער, ווידעא שפילן אדער טעלעוויזיע סעריעס. איינע פון די מערסט בארימטע אקציע פיגור סעריעס איז דזשי.איי. דזשא.