אויף וואקאציע

פֿון װיקיפּעדיע

אויף וואקאציע איז א יודיש ביכל מיט הומאריסטישע דערציילונגען, מאנאלאגען, רעציטאציעס און אפאריזמען געשריבן דורך סעם ליפצין און ערשינען אום 1957 אין ניו יארק דורך פארלאג אמכאָ.

אינהאלט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער עהרשטער העלפט באשטייט פון מאנאלאגען און הומארעסקעס איבער די איינפירונג פון וואקאציע און קאנטרי פון יודן אין די פאראייניגטע שטאטן (בעיקר אין ניו יארק), דערנאך האט ער דריי רעציטאציע'ס און א גראמירטער שפאס, און ס'איבריגע איז רעדט ארום בכלליות איבער דאס לעהבנס-שטייגער פון יודן אין אמעריקע, ווי "רעטאיערן" (פּענסיע) און נאך.

ביים ענדע פון אסאך קאפיטלען, וואו עס בלייבט פלאץ אויף בלאט, ברעהנגט ער פארשידענע אפאריזמען און גלייך ווערטלעך. בסך הכל האט ער 34 קאפיטלען אין 125 זייטן.

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]