ישראל באקאן

פֿון װיקיפּעדיע
ישראל באקאן
קיין פריי בילד
געבורט 1910 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1943 (אלט 33 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך חזנות, זינגער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ישראל באַקאָן (ה'תר"ע - ה'תש"ג) איז געווען פון די בארימטע חזנים בעפאר די קריג.

משפחת באקאן איז פאר די קריג געווען די גרעסטע חזנים משפחה וועלכע האבן אנגעהאלטן פילע פאסטנס איבער אייראפע און אמעריקע. זיי זענען געווען חסידישע יודן באבאווער חסידים.

ער איז אומגעבראכט געווארן אין בעלזשעץ לאגער אין יאר תש"ג.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן אין קשאנאוו, גאליציע, צו זיין טאטן רבי הערש לייב, א בארימטער חזן און קאמפאזיטאר.

יונגערהייט האט ער געלעהרנט ביים טשעבינער רב און דערנאך אין באבאווער ישיבה. אין יאהר תרצ"א איז ער אנטלאפן פון גאליציע, כדי אויסצומיידן געצווינגענע מיליטער דינסט, קיין בערלין וואו דארט האט ער אנגעהויבן א חזנ'ישע קארעריע. שפעהטער האט ער דארט רעקארדירט אסאך פון זיינע שטיקלעך פאר הירש לעווין (פון זמר און דערנאך הד ארצי), וועלכע זענען א דאנק דעם פארבליבן ביזן היינטיגן טאג.

נאך קריסטאל נאכט איז ער אנטלאפן קיין פוילין וואו ער איז געווארן דער לעצטער חזן אין קראקע בעפאר די קריג. ווען די נאציס זענען אהין אנגעקומען איז ער אנטלאפן קיין קאלבאסאוו.

אין תש"א איז ער פארטריבן געווארן צום טארנער געטא וואו ער האט געדאוונט און געזינגען ביז מ'האט איהם אוועקגעפיהרט צום הארגענען אינאיינעם מיט זיין פאמיליע אין יונגן עלטער פון 33 יאהר.

שטימע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעקארדירונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חזנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אב הרחמים הוא ירחם
  • אור חדש
  • ברום עולם
  • יהי רצון, ר"ח בענטשן
  • למען ירבו
  • רבונו של עולם, ספירת העומר


יודיש און רוסישע פאלקס לידער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אהיים
  • אין אוקריינישן שענקל, געמישט מיט רוסיש
  • דאס פאסטוכל, כנ"ל
  • דאס פינטאלע, כנ"ל
  • דער חזן און דער גבאי
  • היי לי לו לי
  • לאמיר זיך איבערבעטן

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]