דער ויכוח

פֿון װיקיפּעדיע

דער וויכוח (ענגליש: The Quarrel) איז א 1991 קאנאדישער דראמאטישער ענגליש-שפראכיגער פילם דירעקטירט דורך אלי כהן.

די סקריפט איז געבויעט אויף א קורצע געשיכטע געשריבן דורך חיים גראדע.

דער פילם ברעהנגט זייער גוט ארויס די דילעמא וואס רוב שארית הפליטה יידן האבן געהאט נאכן קריג, צי זיי זאלן בלייבן זיך פיהרן אין די עלטערן'ס טראדיציע. דער וויכוח ווערט געפיהרט זייער רעספעקטפול פון ביידע זייטן.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חיים און הערש זענען געווען צוויי גאר נאענטע חברים וואס האבן געלערנט אין ביאליסטאקער ישיבה. חיים איז שפעהטער אוועק פון ישיבה און אפגעפארן פון יודישן וועהג און זיך צוקריגט מיט הערש. שפעהטער ווערן ביידע פון זייערע פאמיליעס און באקאנטע אומגעבראכט אין קריג, און זיי צוויי מיינען אז דער אנדערער האט נישט איבערגעלעהבט.

נאך דעם צווייטן וועלט קריג שטעלט הערש אויף א ארטאדאקסישע ישיבה אין א די. פי. לאגער, און דערנאך ציהט ער זיך מיט זיי קיין מאנטרעאל.

חיים ווערט א באקאנטער יודישער שרייבער, ראמאניסט און דיכטער אין א ניו יארקער צייטונג און איז א אגנאסטיק. ווען חיים איז אין מאנטרעאל אויף ראש השנה צו אויפטרעטן מיט לעקציעס, דערזעהט ער פלוצים הערש'ן ביי תשליך מיט זיינע תלמידים.

זיי פארברענגען דעם גאנצן טאג אינאיינעם מיטן זיך דערמאנען ביטערע און פרייליכע זכרונות, און פיהרן היציגע וויכוחים איבער עניני אמונה ווען יעדער פרובירט צו איבערצייגן דעם אנדערן איבער די ריכטיגקייט פון זיין וועהג.

זיי זינגען מיט התרגשות א ניגון פון די ישיבה יאהרן. ביי דער ענדע געזעגענען זיי זיך פריינטליך ווען יעדער האלט זיך ביי זיינס.

שפיהלער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויסצייכענונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועב[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]