רובו ככולו

פֿון װיקיפּעדיע

רוּבּוֹ כְּכוּלוֹ איז א באגריף אין הלכה לויט וואס א מערהייט פון א זאך ווערט גערעכנט ווי די גאנצע זאך. אין אלגעמיין גייט דער כלל אן נאר ביי א זאך וואס האט נישט קיין שיעור, ווייל ביי א שיעור זאגט מען נישט רובו ככולו.

מקור[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פעלער פון רובו ככולו[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שחיטה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען מען שעכט א בהמה אדער א חיה דארף מען שעכטן די צוויי "סימנים", דעם קנה און דעם וושט; אבער אז ער שעכט א רוב פון יעדן סימן איז גענוג צוליב רובו ככולו.

סוכה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א מענטשע דארף זיצן אין דער סוכה "ראשו ורובו ושולחנו", זיין קאפ און די מערהייט פון זיין קערפער און זיין טיש; צוליב רובו ככולו ווערט גערעכנט אז זיין גאנצער קערפער איז אין דער סוכה.

געבורט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען רוב פונעם קאפ פון אן עובר איז ארויס פון דער מוטער הייסט דאס קינד געבוירן. דאס איז א נפקא מינא לגבי פארשידענע הלכות, ווי למשל בכור.

ווען זאגט מען נישט רובו ככולו[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביי א זאך וואס פאדערט א שיעור קען מען נישט ניצן דעם פרינציפ פון רובו ככולו.

פסח ביינאכט דארף מען עסן א גאנצן כזית מצה, א רוב כזית איז נישט גענוג; ווייל ווינציגער ווי א כזית הייסט נאך נישט געגעסן. אויך וואס מ'דארף טרינקען פיר כוסות וויין, איז מען נישט יוצא מיט דריי כוסות, כאטש דריי איז א רוב.

ווען איינער עסט ווייניקער ווי א כזית חזיר אדער נבילה קומט אים נישט קיין מלקות, אפילו ווען ער האט געגעסן רוב פון א כזית.


אויסנאמען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א מנין פאר קדיש אדער קדושה איז צען מענער וואס זענען בר מצווה; אפילו אכט אדער ניין איז נישט גענוג, און מען זאגט נישט רובו ככולו. טראץ דעם, ווען מען האט א מנין פון צען מענטשן אבער נישט אלע דאווענען מיט, קען מען זאגן חזרת הש"ץ אויב לכל הפחות זעקס (א רוב פון צען) דאווענען מיט.

ביי בענטשן איז מען מזמן מיט א מנין אויב צען מענער עסן צוזאמען. פון די צען איז גענוג אז זיבן האבן געגעסן ברויט. (דא איז נישט גענוג דער נארמאלער רוב פון זעקס, נאר מ'דארף האבן א "רובא דמינכר", א קענטלעכע מערהייט.

ביי קידוש און אנדערע פעלער פון א כוס של ברכה איז דער שיעור א רביעית, אבער טרינקען איז גענוג ווען טרינקט רוב רביעית יוצא צו זיין.

מחצה על מחצה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טאמער די צוויי העלפט זענען גלייך, איז א מחלוקת אמוראים צי דאס הייסט א רוב צי נישט. למשל, ווען מען שעכט גענוי העלפט פון די סימנים.


זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]


אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.