לעוו בערינסקי

פֿון װיקיפּעדיע
לעוו בערינסקי
געבורט 6 אפריל 1939 (אלט 84)
קעניגרייך פון רומעניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה סאוועטן פארבאנד, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך דיכטער, איבערזעצער, שרייבער, זשורנאליסט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעוו בערינסקי (רוסיש – Лев Беринский, געב. דעם 6טן אַפּריל 1939 אין קאשאַני,[1] בעסאַראַביע) איז אַ ישראלדיקער דיכטער, וועלכער שרײַבט אויף ייִדיש און אויף רוסיש.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לעוו בערינסקי איז געבוירן געוואָרן אין 1939 צו זיין פאטער, שמואל בערינסקי, א צושנײַדער, אינעם בעסאַראַבער שטעטל קאשאני (דעמאלט אין באַשטאַנד פון רומעניע, איצט – אין באַשטאַנד פון מאָלדאָווע). מיט אַ יאָר שפּעטער איז בעסאַראַביע אַנעקסירט געוואָרן דורכן ראַטנפאַרבאַנד. בעת דער סאָוועטיש-דײַטשישער מלחמה איז די משפּחה בערינסקי געווען אין עוואַקואַציע אין טאַדזשיקיסטאַן און אויפן אוראַל און נאָך דער מלחמה זיך אומגעקערט קיין מאָלדאָווע. לעוו בערינסקי איז אויסגעוואַקסן אין קעשענעוו. אַלס דיכטער האָט ער דעביוטירט אויף רוסיש מיט אַ ליד אין דער קעשענעווער צײַטונג "יוני לענינעץ" אין 1953. לעוו בערינסקי האָט זיך געלערנט אינעם סמאָלענסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און אינעם מאָסקווער ליטעראַטור אינסטיטוט אויף גאָרקיס נאָמען. אויף ייִדיש האָט ער דעביוטירט מיט לידער אינעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" אין 1981.

אין 1991 איז לעוו בערינסקי עולה געווען קיין ישראל. ער וווינט אין עכו. חוץ זײַן אָריגינעלער פּאָעטישער שאַפונג אויף ייִדיש און אויף רוסיש, זעצט לעוו בערינסקי איבער דיכטונג פון דײַטש, רומעניש, שפּאַניש, העברעיִש און אַנדערע שפּראַכן אין ייִדיש און אין רוסיש, ווי אויך דיכטונג און פּראָזע פון ייִדיש אין רוסיש. צווישן אַנדערס האָט לעוו בערינסקי איבערגעזעצט אין רוסיש ווערק פון מאַרק שאַגאַל, דאָרע טייטלבוים, יצחק באַשעוויס-זינגער, מרדכי צאַנין, חיים נחמן ביאַליק, שלמה וואָרזאָגער, מאָטל גרוביִאַן, אהרן ווערגעליס און חיים ביידער.

ווערק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זײַנע לידער-זאַמלונגען אויף ייִדיש[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • דער זוניקער וועלטבוי, מאָסקווע, 1988
  • רעדנסבורגער מקווה, רעדנסבורג, 1994
  • Calystegia Sepium : ליבע-לידער, תל-אָביב, 1995
  • פֿישפֿאַנג אין װענעציע, תל-אָביב, 1996
  • לופֿטבלומען, תל-אָביב, 2001

זײַנע ביכער אויף רוסיש[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • Собаки на улицах Тель-Авива. Мория: Тель-Авив, 1992.
  • Смерть ветряной мельницы (сонеты). Библиотека Матвея Чорного: Тель-Авив, 1996.
  • На путях вавилонских: Избранные стихи и поэмы (стихотворения и поэмы на русском языке и переводы с идиша) Донецк, 2009.
  • На стропилах эйнсофа (проза). Донецк: Точка опоры, 2011.

ביכער איבערגעזעצט פון ייִדיש אין רוסיש[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

Марк Шагал, Ангел над крышами: стихи, проза, статьи, выступления, письма, Москва, 1989.

Исаак Башевис Зингер, Шоша. Рассказы, Москва, 1991.

Дора Тейтельбойм, «Огненный куст» (стихи), Тель-Авив, 1992.

М. Цанин, По ту сторону времени: рассказы», Тель-Авив, 1993.

Арн Вергелис, Сталин и Михоэлс,Тель-Авив, 2011.