מגילת אנטיוכוס

פֿון װיקיפּעדיע

מגילת אנטיוכוס (גערופן אויך מגילת בני חשמונאי, מגילת חנוכה, און מגילה יוונית) איז א מדרש אגדה וואס איז געשריבן אין א קורצן אופן און א געשיכטע וועג, וועגן דער יום טוב חנוכה, און איז געשריבן אנדעריש פון די אנדערע ספרים פון די חשמונאים. די מגילה איז געשריבן אין אראמיש און איז געווען אפגטייטשט צו העברעיש שפעטער דורך הרב סעדיה גאון. די מגילה איז געווען געפונען אין א פאר אוראלטע ספרי תנ"ך און סידורים (צום ביישפיל אין א מחזור פון סאלאניקי, א ספרדישע סידור פון שנת תק"פ און א סידור "עבודת ישראל" פון דער שטאט רעדלהיים פון שנת תרכ"ח). אין תימנישע און איטאליענישע קהילות איז געווען דער מנהג צו ליינען די מגילה שבת חנוכה. עס איז געווען דא אפילו קהילות וואס האבן זי געליינט מיט א ברכה בשם ומלכות.

למעשה, די מגילה איז די איינציגע אידישע געשיכטע וועגן דעם יום טוב חנוכה, ווייל די ספרי מכבים זענען ארויסגענומען געווארן פון אידישן קאנאן נאך מרד בר כוכבא, ווי עס איז מפורש אין תלמוד בבלי, "שלא ימרדו באומות העולם".