הלכה ברורה

פֿון װיקיפּעדיע

הלכה ברורה איז א ספר אויף יורה דעה חלק א' וואס נעמט זייער שיין צוזאם די שו"ע און נו"כ אז מען זאל עס גוט ארויסהאבן נאכן לערנען, און זיך קענען פארהערן.

דער ספר איז נתחבר געווארן דורך רבי יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל פון קרית יואל רב און מו"ץ פון ביהמ"ד הלכה ברורה - וואס ווען ער איז געווען א מגי"ש פאר בחורים פלעגט ער זיי אפשרייבן די תמצית פונעם סעיף כדי מען זאל עס קענען גרינג איבער'חזר'ן.

שפעטער האט מען עס אפגעדרוקט אין פיר באזונדערע קונטרסים אויף טריפות, בשר בחלב מליחה און תערובות.

אין יאר תשס"ב האט ער עס געדרוקט אין א ספר אויף הל' מליחה מיט הגהות אונטן גערופן ביאורי הלכה. א יאר דערנאך תשס"ג האט ער צוזאמענגענומען אלע פיר מקצועות און אריינגעדרוקט אין איין ספר, און ביים סוף האט ער בייגעלייגט אויף עטליכע סמנים הל' שבת.

אין טבת תשע"א האט מען עס איבערגעדרוקט מיט די ביאורים אויף מליחה און טייל בשר בחלב.

עס ווערט פארשפרייט דורך הוצאת יופי.

דאס ספר איז זייער אויפגעכאפט ביי אלע בחורים און יונגעלייט וואס לערנען יו"ד אין די ישיבות און כוללים מיטן ציל זיך צו פארהערן די הוראה.

רבי יעקב אלעזר איז געווען א זון פון הרה"ח ר' יושע לאנגיעריגער משב"ק ביי סאטמערער רבי, און ער איז נסתלק געווארן דורכאויס די קאוויד מגיפה