אנטיפטרוס

פֿון װיקיפּעדיע
אנטיפטרוס
געבורט 113 לפנה״ס
אדום רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 43 לפנה״ס (אלט 70 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך שטאטסמאן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אנטיפטרוס, איז געווען א וויכטיקער שטאטסמאן, און פאליטיקער, אין די צייטן פון יוחנן הורקנוס דער צווייטער, אין די צייטן פון צווייטע בית המקדש, און דער פאטער פון צוקונפטיקע קעניג הורדוס. געבוירן אין יאר 104, געשטארבן אין יאר 43 איידער ציווילע רעכענונג.

ער איז געבוירן צו אנטיפס, א פאמיליע פון אדום, א פאלק וואס האט זיך געפונען אין דרום פון ארץ ישראל, נאכן איינעמען די געגנט דורך די אלכסנדר ינאי, האבן אלע איינוווינער זיך מגייר געווען, אנטיפס צווישן זיי, און ינאי האט אים געשטעלט אלס גובערנאטאר פון אדום. אנטיפטרוס האט געהייראט אן אראבקע מיטן נאמען קיפראס פון די נבטים שבט, און הורדוס איז געבוירן פון די פרוי, אין אשקלון.

אין די צייטן פון ינאי המלך, און שפעטער זיין פרוי שלומציון המלכה, איז די קעניגרייך געווען רואיג, איינמאל די צוויי זענען געשטארבן, האט אויסגעבראכן אין ארץ יהודה, א בירגער קריג, צווישן די צוויי קינדער, יוחנן הורקנוס דער צווייטער, און יהודה אריסטובולוס דער צווייטער. הורקנוס איז געווען א שוואכער מאנספארשוין, און ער האט געשלאסן א שלום מיט זיין ברודער, אנטיפטרוס האט געהעצט הורקנוס די גאנצע צייט, אז די מלוכה קומט זיך אים און נישט צו זיין ברודער.

די רוימישע אימפעריע, האט זיך אריינגעמישט אין די קריג, און אנהייב האבן זיי געפסקנט לטובת אריסטובולוס, נאכדעם וואס ער האט זיי אונטערגעשמירט, אבער פאמפאיוס א רוימישע גענעראל, האט זיך אנגענומען פאר הורקנוס, און נאך א קורצע קריג קעגן אריסטובולוס, האט פאמפאיוס ארויף געשטעלט הורקנוס אויפן בענקל.

גאנצע שטיקער פון ארץ יהודה זענען אוועקגעריסן געווארן פון די מלוכה, ווי בית שאן, און יפו. הורקנוס איז געווארן עטנארך (געוועלטיגער אויס קעניג), אנטיפטרוס איז געווארן פאקטישע הערשער איבער די יידן. ער האט געוועליטיקט מיט אן אייזערנעם פויסט, זייענדיק פארפיינטעט ביי די פאלק.

אלכסנדר דער צווייטער, זון פון אריסטובולוס, האט אנגעפאנגען אן אויפשטאנד, נאכן אנטלויפן פון רוימישע געפענגעניש. אין די ענדע פון די קריג, נאכן שיקן די רוימישע מיליטער אונטערצוברענגען די אויפשטאנד, איז הורקנוס צוריק געווארן כהן גדול, רוים האט אבער צעטיילט די געגנטער אין ארץ ישראל צו באצירקן, אונטער באזונדערע הערשאפט, געפירט דורך רוים און מער נישט דורך הורקנוס.

אין רוים איז פארגעקומען דערווייל א קריג, צווישן גענעראל פאמפאיוס, און יוליוס קייסער, אנטיפטרוס האט געשיקט א מיליטער צו העלפן די גענעראל, אבער יענער האט פארלוירן, אנטיפטרוס האט זיך נישט פארלוירן, און זיך אנגעשלאסן צו די קייסערס וואגן.

יוליוס קייסער האט געשטיצט אנהייב אריסטובולוס, און זיין זון אלכסנדר, אבער געטוישט זיין מיינונג, און געשטעלט אנטיפטרוס פאר אפוטרופוס (וואס איז דער באדייט דערפון איז נישט באוויסט) איבער די יידן, אנטיפטרוס הא געשטעלט זיין זון פצאל אלס קאמאנדיר פון ירושלים און זיין זון הורדוס אלס קאמאנדיר פון די גליל.

אין די יאר 43 איידער די ציווילע רעכענונג, נאכן פארלירן זיין חן ביי הורקנוס, האט מליכוס א ראטגעבער פון הורקונוס אים פארסמט, און אנטיפטרוס איז געשטארבן. וואס ער האט אנגעפאנגען האט ער שפעטער אויסגעפירט, טאקע נאך זיין טויט הורדוס איז געווארן קעניג איבער די יידן. אלס נקמה האט הורדוס פארסמט די ראטגעבער, און יענער איז געשטארבן.