וויזשניצער שטעטל

פֿון װיקיפּעדיע

וויזשניצער שטעטל אדער קרית וויזניץ וועלכע ווערט גערופן ביים המון עם גיבערס איז א חסידישע יישוב אין קייאמישע לייק, סאליוואן קאונטיניו יארק, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר 2007 דורך דעם וויזשניץ-מאנסי רבי׳ן נאכדעם וואס דער וואוקס אין שיכון כתר איז שוין פונלאנג אויסגעוואקסן און עס פעלט זיך אויס פרישע ערטער צו קענען בויען צוגעגענליכע דירות און וואוין פראיעקטן. דער רב פון שטעטל איז הרב מענדיל האגער, א זוהן פונעם רבי'ן.

די ישיבה גדולה פון וויזניץ געפינט זיך דארט הארט ביים אריינגאנג צום שטעטל.

די ישיבה געביידע איז בעפאר געווען א בארימטער האטעל מיטן נאמען גיבערס, און די גאס ביים אריינקומען פונעם 42 הייסט אויך אזוי, ממילא ווערט דאס פלאץ אזוי גערופן ביי אסאך מענטשן.

אין יאהר תשע"ה האבן געוואוינט אינעם שטעטל ארום הונדערט משפחות וואס רוב זענען באשעפטיגט אין דער ישיבה.

דער רבי האט אויך דארט א דירה וואו ער פלעגט קומען זומער.

זיי האבן א גרויסן בית המדרש, וועלכע איין האלב ווערט באנוצט פארן חדר, מיט א פראכטפולער מקוה אין דעם אונטערשטו שטאק.

אום זומער איז עס א פאפולער ארט ביי די קאנטרי געסט צו דאווענען און גיין אין מקוה ערב שבת.

די גאסן פון שטעטל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • בּאַרנעס בּאָלעוואַרד, וואו עס געפינט זיך דער ביהמ"ד אויבן אויפן בארג
  • גאָלד טערעס
  • גיבער גאס (נעמט אריין די "נייע גאס" וואס מען האט געבויט ווען מען האט געגרינדעט דאב שטעטל, צו האלטן די פארקער אוועק פון דער ישיבה)
  • גפן לעין
  • זילבער טערעס
  • ישיבה דרייוו (ארגינעל חלק פון גיבער ראוד)
  • פעלדמאן סירקעל וואו עס געפינט זיך די גראסערי

טראנספארטאציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס פארן טעגליך עטליכע באסעס אונטערן נאמען כתר באס סערוויס פון מאנסי קיין גיבערס, וואס באדינט סיי די בחורים און סיי די משפחות.