013 נעטוויזשן

פֿון װיקיפּעדיע
013 נעטוויזשן לאָגאָ

013 נטוויז'ן איז אַ ישֹראלדיקע פֿירמע װעלכע באַזאָרגט אינטערנעט סערװיזן, לאָקאַלע טעלעפֿאָניע און אינטערנאַציאָנאַלע טעלעפֿאָניע און אױך IP טעלעפֿאָנען דורך די VoIP טעכנאָלאָגיע. די פֿירמע איז געגרינדעט געװאָרן אינעם יאָר 2007 פֿון אַ צונױפֿגאָס פֿון די פֿירמעס: 013 באַראַק, נעטװיזשן און גלאָבקאָל. אינעם יאָר 2009 האָט זי באַקומען רעכטן צו עפֿענען אַ טעלעפֿאָן ליניע מיטן פּרעפֿיקס 073 פֿאַרן עולם.

נעטװיזשן אַלײן איז געגרינדעט געװאָרן אױגוסט 1994, און זי איז געװען די ערשטע אינטערנעט פֿאַרזאָרגערין פֿאַר הײמלעכע קליענטן. 013 און גלאָבקאָל זײַנען געגרינדעט געװאָרן אינעם יאָר 1997.

װעבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]