חיים האלבערשטאם (סאטמאר)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי חיים האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרמ"בי"ט כסלו ה'תש"ב), רב אין סאטמאר.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים'ל איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ב, דער עלצטער זון צו זיין פאטער הרב שלום אליעזר האלבערשטאם, רב אין ראטצפערט, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת מרים שרה א טאכטער פון זיין שוואגער הרב מרדכי דוב טווערסקי, דער הארנאסטייפלער רב.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים'ל איז געווען דיין און שפעטער ראב"ד אין סאטמאר, זיין זיידע דער הארנאסטייפלער רב האט זייער געשעצט זיין שארפן פארשטאנד, דעד תורה קארעספאנדענץ צווישן זיי איז געדריקט אין ספר שושנת העמקים.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים'ל איז נפטר געווארן י"ט כסלו ה'תש"ב), אין סאטמאר.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים'ל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שפרה צפורה א טאכטער פון הרב אברהם שלום פנחס הלוי ראטטענבערג פון וואלבראם און טשענסטאכאוו.

בדיווג שני האט רבי חיים'ל געהייראט מרת חוה א טאכטער פון הרב ברוך רובין פון ברוזשדאוויץ. זי איז אומגעקומן אין אוישוויץ צוזאמן מיט זיין פאמיליע. פון זיינע קינדער:

  • הרב אלטער מאיר דוד האלבערשטאם הי"ד, דיין אין סאטמאר, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב יוסף פאנעט, רב אין אלינדא און דעעש.
  • הרב מרדכי האלבערשטאם הי"ד, רב אין טיסא-ליק.
  • מרת דבורה הי"ד.
  • הרב יעקב יצחק האלבערשטאם הי"ד, פון סאטמאר.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר