עירוב

פֿון װיקיפּעדיע
עירוב שטאנגען אין ירושלים

עירוב געווענליך מיינט דאס עירובי חצרות, בכדי צו קענען טראגן שבת אין אן ארט וואס ארומגענומען מיט מחיצות אבער וואו מען וואוינט דארט אין פארשידענע הײַזער. עירוב קען אויך מיינען "עירובי תחומין" אדער "עירוב תבשילין".

עירוב חצירות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס מאכן א עירוב חצירות איז א תקנה‎‎‎ פון שלמה המלך, די תקנה איז אז ווען צוויי אדער מער מענטשן וואוינען אין איין חצר ווערט דאס פאררעכנט ווי א רשות הרבים און מען טאר דארט נישט טראגן שבת, און אויב מאכט מען א עירוב און יעדער איז זיך משתתף אין די איין ברויט וואס ווערט געלייגט אין איין הויז ווערט יא די חצר פאררעכנט ווי א רשות היחיד צו מעגן מטלטל זיין שבת דארט. אויך ווען א שטח האט א דין פון א כרמלית און מען נעמט אים ארום מיט מחיצות קען עס ווערן א טייל פון אן עירוב.

צורת הפתח[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די תקנה פון עירובי חצירות איז נאר פאר אזעלכע חצירות וואס זענען ארומגענומען מיט געהעריגע מחיצות, אבער א חצר וואס האט נישט קיין גאנצע מחיצה קען מען אין דעם נישט טראגן נאר אויב מען מאכט א צורת הפתח, וואס דאס זענען אזעלכע שטאנגען וואס שטריק לויפט אויף דעם פון אויבן, און דאס ווערט פאררעכנט ווי א טיר פאר דעם חצר, אזוי ארום קען מען נאכדעם מאכן עירובי חצירות.

מען האט דאס געמאכט אין פיל גרויסע שטעט (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine) אין אייראפע.

עס זענען דא וואס זאגן אז אין טייל שטעט האט מען דאס נישט געלאזט מאכן צוליב דעם אז עס וועט נשתכח ווערן הלכות הוצאה והכנסה. דער תוספות יום טוב זאגט אז אין ירושלים בזמן בית המקדש איז וועגן דעם נישט געווען קיין עירוב.

אבער אנדערע זאגן אז דאס וואס מען האט נישט געמאכט קיין עירוב אין פארשידענע שטעט איז צוליב אנדערע סיבות און נישט עס זאל נישט פארגעסן ווערן די הלכה פון נישט טראגן. ווייל אלס הוצאה והכנסה זאל נישט פארגעסן ווערן, האט מען געטון איינע פון די צוויי זאכן אדער אז איינער פון שטאט זאל נישט טראגן, און אין מערסטנ'ס פעלער האט מען פשוט געלאזט ביים עק שטאט א קליין שטיקל פלאץ וואו ס'נישט דא קיין עירוב און מ'האט מפרסם געווען אין שטאט אז יענע גאס האט נישט קיין עירוב,אזוי ווי ס'שטייט אין שולחן ערוך.

רשות הרבים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויב א פלאץ הייסט א רשות הרבים מן התורה דאן העלפט נישט קיין צורת הפתח, און נישט קיין עירוב חצירות, און אז מען טראגט אין א רשות הרבים בשוגג איז מען חייב חטאת.

א רשות הרבים איז א פלאץ מיוחד פאר אסאך מענטשן ווי א מארק פלאץ אדער א שאסיי, און עס מיז זיין 16 אמות ברייט, און עס איז א מחלוקת ראשונים אויב עס מוזן זיך באניצן מיט דעם רשות הרבים ששים רבוא מענטשן אז דאס זאל זיין א רשות הרבים מן התורה.

עירובין אין פארשידענע שטעט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ארץ ישראל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין ירושלים און בני ברק און רוב שטעט אין ארץ ישראל איז דא אן עירוב צו טראגן שבת.

ברוקלין און מאנהעטן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צי קען מען דאס היינט מאכן און טראגן דערמיט אין שבת.

אלע ליטווישע גדולים אין ניו יארק האבן געהאלטן אז מאנהעטן און ברוקלין האבן א דין רשות הרבים מן התורה, און מען קען דא נישט מאכן קיין עירוב, טייל פון זיי, וואס רעכנט אריין ר' אהרן קאטלער, האבן געהאלטן אז עס פעלט נישט אויס קיין ששים רבוא, און ממילא איז פשוט אז די פלעצער האבן א דין רשות הרבים, אנדערע, און דאס רעכנט אריין ר' משה פיינשטיין, האבן געהאלטן אז ששים רבוא ברויכן זיך נישט ציזאם קימען אין איין גאס, עס איז געניג אז אין די שטאט איז דא ששים רבוא, און לויט זיי איז אויך מאנהעטן און ברוקלין א רשות הרבים מן התורה און מען קען נישט מאכן קיין עירוב.

אנדערע גדולי ישראל וואס דאס רעכנט אריין דער סאטמארער רבי ר' יואל טייטלבוים האבן געהאלטן אז מען זאל נישט מאכן קיין עירוב צוליב מכשולות וואס קען ארויסקומען פון נישט קענען הלכות הוצאה בשבת.

פון דער אנדערער זייט איז געווען ר' יהונתן שטייף און ר' מיכאל בער ווייסמאנדל וואס האבן געהאלטן אז מען דארף יא מאכן א עירוב אין ברוקלין און מאנהעטן, ר' מיכאל בער האט געוואלט מצרף זיין די בריקן פון דער סאבוויי פאר פי תקרה און צורת הפתח.

בארא פארק און וויליאמסבורג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר תש"ס האט הרב אפרים בלומענבערג אנגעהויבן א נייער עירוב אין בארא פארק מיט דער השגחה פון הרב חיים לייב כ"ץ, די קהילות וואס שטיצן דאס זענען בעלז און קלויזנבורג, און די קעגנער זענען סאטמאר און באבוב.

אין יאר תשס"ג האט מען געמאכט אן עירוב אין וויליאמסבורג מיט דער הסכמה פון הרב שלום קרויז, אודווארער רב, און הרב אפרים פישל הערשקאוויטש. די קהילות וואס שטיצן דאס זענען, צווישן אנדערע, פאפא, באיאן, קלויזנבורג, בעלז און וויזניץ ב"ב. פארשידענע אנדערע קהילות אין שטאט אין שפיץ פון סאטמאר זענען דערקעגן.

אייראפע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אנטווערפן איז דא אן עירוב נאך פון פארן קריג.

רבנים פון פריערדיגן דור אין אמעריקע וואס שטיצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יונתן שטייף

רבנים פון פריערדיגן דור אין אמעריקע דערקעגן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב אהרן קאטלער

עירוב תחומין[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עירוב תבשילין[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועב זייטלעך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]