שמואל שמעלקא הורוויץ (לינסק)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי שמואל שמעלקא הורוויץ זצ"ל (ה'תקל"ז - ה'תק"ע), רב אין רומאן, מאלדאוויע.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שמעלקא איז געבוירן אין יאר ה'תקל"ז (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל ראַבין[1] , רב אין לינסק, באקאנט אלס "רבי מענדעלע לינסקער". און צו זיין מוטער מרת ביילא א טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ, רב אין אה"ו, באקאנט אלס "רבי איציקל האמבורגער". (דער נאמען הורוויץ נעמט זיך פון זיין מוטער'ס שטוב). רבי שמעלקא איז געווען א ברודער פון ראפשיצער רב.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שמעלקא איז געווען רב אין רומאן, מאלדאוויע, נאכהער איז ער געווארן רב אין באר.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען רבי שמעלקא האט געשפירט אז ס'איז געקומען זיין צייט, איז ער געפארן קיין לינסק, ער איז דארט נפטר געווארן אין עלטער פון דריי און דרייסיג יאר, און ער ליגט אין פאטער'ס אהל

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שמעלקא האט געהייראט א טאכטער פון דעם באר מים חיים, דער רב אין טשערנאוויץ. (דער באר מים חיים האט אים געגעבן א נדן פון טויזנט רובל). זייערע קינדער:

  • הרב מנחם מענדל הורוויץ, איז געווען א פון די גרויסע חסידים פון הרב משה צבי פון סאווראן, ער האט געהאט א דריקעריי אין יאסי, ער האט געדריקט דעם טשערנאוויצער ש"ס, אויך זיין זיידענס ספר שער התפלה. אזויווי זיין פאטער, ווען רבי מענדל האט געשפירט אז ס'איז געקומען זיין צייט, איז ער געפארן קיין לינסק, ווען ער איז נפטר געווארן האט זיך פאר אים פארברייטערט א פלאץ אין אוהל!
  • די ווייב פון הרב אהרן, ממלא מקום פון פאטער, רב אין רומאן.
  • מרת עטיל, די ווייב פון הרב צבי הירש ערליך, (דער זיידע פון הרב דוד שנעבאלג).

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. זרעא קדישא עמוד ט' - זעה דארט הערה א'