אלטער אליעזר הורוויץ

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אלטער אליעזר הורוויץ זצ"ל (תר"ל - כ"ט חשוון תש"ג) איז געווען א חסידישער רב אין ריגליץ, גאליציע.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלטער איז געבוירן אין יאר תר"ל (אומגעפער), צו זיין פאטער רבי אברהם שמחה הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון רבי ישראל, רב אין בארניוו, א זון פון רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון רבי דער ראפשיצער רב, און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב מרדכי צבי הירש וויינבערגער פון דוקלא. ער איז געווארן אן איידעם ביי רבי משה אן אייניקל פונעם מאור ושמש.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר תרס"ט ווען זיין פאטער איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל האט זיך אויסגעבראכן א קריגעריי אויף דעם בארניווער רבנות, צווישן רבי אלטער און זיין ברודער רבי איטשעלע, אין דער ענדע האבן זיי זיך פארגליכן און דער ברודער האט באצאלט פאר רבי אלטער זיבן קראנען א מאנאט ער זאל זיך ציען קיין ריגליץ, און איבערנעמען דאס רבנות דארט. שפעטער איז רבי אלטער געווארן רב אין סטאשאוו, פוילן.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלטער איז אומגעקומען אויף קידוש השם ביים חורבן אייראפע אין תש"ג, זיין יארצייט ווערט געהאלטן כ"ט חשוון.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלטער האט געהייראט מרת מרים א טאכטער פון הרב משה עפשטיין, א זון פון הרב קלונימס קלמן עפשטיין, א זון פון דער גוטער יוד פון ניישטאט. זייערע קינדער:

  • הרב ישראל יוסף הורוויץ (תר"ן (אומגעפער) - י"ז מנחם אב תשכ"ח), ריגליצער רב, ער האט געהייראט מרת רבקה א טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ, דער סטוטשינער רב.
  • הרב רפאל הורוויץ (תרנ"ו - י' כסלו תשל"א), קאלאמייער רבי פון בארא פארק, ער האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון הרב אליעזר ניסן הורוויץ פון צפת.
  • די ווייב פון הרב שלום רוקח, פון סקאהל.
  • מרת יוכבד הי"ד, די ווייב פון הרב ירוחם דאכנער, פון בריגעל.
  • די ווייב פון הרב משה הורוויץ פון פשעצלאוו א אייניקל פון הרב אברהם חיים הורוויץ, רב אין פלאנטש.
  • מרת פעלא, די ווייב פן הרב יואל הערשבערג פון קראקא.
  • מרת ביילא די ווייב פון הרב משה ריינמאן א זון פון הרב חיים ריינמאן פון נאראל.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר