משה האלבערשטאם (בארדיוב)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי משה האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ט - כ' תשרי ה'תרס"ד), רב אין בארדיאוו

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי משה'לע איז געבוירן אין יאר ה'תר"ט (אומגעפער) צו זיין פאטער הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון סיגעטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

זיינע רבי'ס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי משה'לע געווען א תלמיד מובהק פון זיין זיידען דער צאנזער רב. אלס יונגערמאן האט זיין פאטער דער גארליצער רב אים געשיקט צום ראדאמישלער רב הרב שמואל ענגיל ער זאל אים פארהערען הלכות נדה, דער ראדאמישלער רב איז שטארק באגייסטערט געווען פון זיין קלארען פארשטאנד אין שארפן מח, ער האט געזאגט, אז רבי משה האט צוגעטראפן צו יעדען סדרי טהרה כאטש ער האט דאס נאך קיינמאל נישט געזעהן.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תרל"ד אויף דעם פארשלאג פון רבי משה'לעס זיידע דער צאנזער רב, האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין בארדיאוו (בארטפעלד), אויף דעם ארט פון הרב חיים אברהם אורנשטיין וואס איז נפטר געווארן ה'תרל"א.

רבי משה'לע צוזאמען מיט זיין שוועסטערקינד דער ערשטער באבאווער רב הרב שלמה האלבערשטאם האבען זיך אפגעגעבן מיט דאס צוגרייטען צום דרוקן דעם ספר שו"ת דברי חיים פון זייער זיידען דער צאנזער רב.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין חודש סיון ה'תרס"ג איז רבי משה'לע געווארן געלעמט אויף דער לינקער זייט (א סטראוק), אפאר מאנאט שפעטער אין עלטער פון זעקס און פופציג יאר - נאך ביים פאטער'ס לעבען - איז רבי משה'לע נפטר געווארן, ד' חול המועד סוכות כ' תשרי ה'תרס"ד[1].

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי משה'לע האט געהייראט מרת רחל פייגא א טאכטער פון זיין פעטער הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב. פון זייערע קינדער, (ס'איז געווען נאך):

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. י"ג אורות, זעה רעדן בלאט