אריה לייביש האלבערשטאם (קשאנאוו)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אריה לייביש האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקצ"ח - אדר א' ה'תרס"ח), דוקלער רב.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי לייביש איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ח, צו זיין פאטער הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת עכסה גיטל די טאכטער פון הרב יוסף זאב פון טארניגראד, זי איז געווען דער זעקסטער דור פון מרת עכסה די טאכטער פון אריה"ק וועלכע איז געקומען פון ארץ ישראל קיין פוילן.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תרל"ז ווען רבי לייביש'ס שווער, רבי אביגדור האלבערשטאם, איז נפטר געווארן, האט מען אויפגענומן רבי לייביש, אויף דעם אנווייזונג פון זיין פעטער הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, אלס רב אין דוקלא. די קהלה לייט האבען געהאלטען אז רבי לייביש איז נאך צו יונג, ער איז נאך נישט געווען קיין דרייסיג יאר, האבען זיי געברענגט אלץ ראש בית דין הרב שמואל ענגיל פון בילגאריי (שפעטער געווען דער רב אין ראדאמישלא), און נאכהער הרב דוד צבי (רבי טעבלי) זעהמאהן, פארפאסער פון די ספרים שו"ת קב נקי און מנחת סולת.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי לייביש איז נפטר געווארן אדר א' ה'תרס"ח.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי לייביש האט געהייראט מרת מרים די איינציגע טאכטער (בת יחידה) פון הרב אביגדור האלבערשטאם, רב אין דוקלא א ברידער פון דעם דברי חיים. זייערע קינדער:

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר