טרעבלינקע

פֿון װיקיפּעדיע

טרעבלינקע איז געווען איינע פון די טויט לאגערן אין פוילן ווי די יידן פון ווארשע זענען אומגעקומען, און פון די אומגעגנט.


בערך ניין הונדערט טויזנט מענטשן זענען דארט אומגעקומען, ניין און ניינציק פראצענט יידן, דאס איבריקע ציגיינער, און עטליכע הונדערט פוילישע.

די טויט מיטל איז געווען מיט גאז, און גאז קאמערן, וואס יידישע מענטשן פלעגן צו טאן די ארבעט, אזוי אויך איז געווען אינעם לאגער, א פלאץ ווי מען פלעגט סארטירן די קליידער, און נעמען גאלד, און זילבער פון די טויטע, און עס זענען געווען יידן, וואס פלעגן נעמען די טויטע קערפערס, לייגן אויף נעצן, מיט העלצער געווייקט אין נעפט, און פארברענען די קערפערס, דערפאר איז שטענדיק געווען א שווערע רויעך אין די געגנט פון טרעבלינקע.

אן אויפשטאנד איז פארגעקאמען אין די לאגער, און א טייל פון די צוואנגס ארבעטער, איז געלונגען צו אנטלויפן, דעמאלסט איז מען געוואר געווארן, וואס דאס איז טרעבלינקע, די לאגער איז געווארן פארניכטעט אינעם אויפשטאנד, און האט אויפגעהערט צו פינקציאנירן אין ענדע פון 43'.

היינט איז דארט א מוזעאם פון די חורבן, און אן אפצייכענונג פון א בית עלמין, וואס האט קברים, צו אפצייכענען די שטעט פון ווי טראנספארטן זענען געשיקט געווארן, און די לענדער.

אויסער פוילישע יידן, זענען דארט געברענגט געווארן יידן פון דייטשלאנד, עסטרייך, טשעכאסלאוואקיי, בולגאריע און גריכנלאנד.

אין דעם לאגער זענען אומגעברענגט געווארן דער אלעקסאנדער רבי דער עקידת יצחק, און רבי משה בצלאל אלטער א זון פון דער גערער רבי דער שפת אמת, אין אלול תש"ב