שלעזיש

פֿון װיקיפּעדיע

שלעזיש (שלעזיש: ślůnsko godka, ślůnski, אָדער pů našymu; פּויליש: język śląski) אָדער אייבערשלעזיש איז אַ שפּראַך־וואַריאַנט וואָס מע רעדט אין דער אייבערשלעזיע־ראַיאָן פֿון פּוילן, אויך אין דער טשעכײַ און אין דײַטשלאַנד. אין 2011 האָבן בערך 509.000 מענטשן[1] געמאָלדן שלעזיש ווי זייער מוטערשפּראַך. מע שאַצט אָפּ אַז שלעזיש האָט בסך־הכּל 1.250.000 רעדערס.

שלעזיש איז א מערבֿ־סלאַווישע שפראַך, נאָענט צו פּויליש (טייל לינגוויסטן האַלטן שלעזיש פֿאַר אַ פּוילישן דיאַלעקט.)

אַלפֿאַבעט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מע פֿלעג שרײַבן שלעזיש מיטן פּוילישן אַלפֿאַבעט. אין 2006 האָט מען געשאַפֿן א נײַעם שלעזישן אַלפֿאַבעט, באַזירט אויף 10 שלעזישע שריפֿטן. דער נײַער אַלפֿאַבעט ווערט געניצט אויף דער אינטערנעץ און אין דער שלעזישער וויקיפּעדיע.

דער אַלפאַבעט האָט 32 אותיות: Aa Bb Cc Ćć Čč Dd Ee Ff Gg Hh Ii Jj Kk Ll Mm Nn Ńń Oo Pp Rr Řř Ss Śś Šš Tt Uu Ůů Ww Yy Zz Źź Žž

און פֿיר דיגראַפֿן: Ch Dz Dź Dž.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

Wikipedia
Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף שלעזיש

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]


סלאווישע שפראכן 
אסט-סלאוויש: אוקראיניש | בעלארוסיש | רוסיניש | רוסיש
וועסט-סלאוויש: טשעכיש | כנעניש (יידיש-טשעכיש) | סארביש: אויבער סארביש, אונטער סארביש | סלאוואקיש | פויליש | קאשוביש | שלעזיש
דרום-סלאוויש: בולגאריש | מאקעדאניש | סלאוועניש | סערבא-קראָאַטיש: באסניש, סערביש, קראָאַטיש, מאנטענעגריניש
אַנדערע: אלט קירכע סלאוואניש | אינטערסלאוויש