חיים אלעזר וואקס

פֿון װיקיפּעדיע
חיים אלעזר וואקס
קיין פריי בילד
געבורט 1882
פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1889 (אלט 7 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב חיים אלעזר וואקס (תקפ"ב-תרמ"ט) איז געווען רב אין קאליש און פיעטרקאוו, פוילן. ער איז געווען אנערקענט אלס א גרויסער פוסק; אסאך פון זיינע תשובות זענען געדרוקט אין זיין ספר נפש חיה.

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חיים אלעזר איז געבוירן צו זיינע טאטע-מאמע אברהם יהודה לייבוש און חיה טאבא. ער האט באקומען זיין ערשטן חינוך פון זיין טאטן, וועמען ער דערמאנט אין זיין ספר נפש חיה און אויך אין זיין ספר על התורה. זיין עיקר רבי איז געווען הרב שמואל זיינוויל הלוי, דער רב פון פרעמסלא. ער איז געווארן אן איידעם ביי ר' משה יוסף האלבערשטאם, א ברודער פונעם דברי חיים פון צאנז. אלס יונגערמאן איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין טארנאגראד. ווען ער איז געווען אין טארנאגראד, איז ער אויך געווען א שותף מיט דעם גביר נחום ווייקסלבוים אין א פאפיר פאבריק.


רבנישע שטעלעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תר"ך איז דער קאלישער רב, הרב מאיר אוירבאך, מחבר פון אמרי בינה, אוועקגעפארן פון פוילן אין ארץ ישראל, און די קהילה פון קאליש האט גערופן הרב חיים אלעזר וואקס צו ווערן זיין ממלא מקום. קורץ נאכהער איז זיין ווייב געשטארבן. ער האט חתונה געהאט אלס זיוווג שני די טאכטער פון הר"ר ישראל יהושע טראנק, דער רב פון קוטנא.

אין יאר תרל"ח האט ער געארבעט שווער אויפצושטעלן אן עירוב אין דער שטאט בכדי מען זאל קענען טראגן שבת. די רוסן האבן געהעצט די גויאישע איינוואוינערס פון קאליש קעגן דעם עירוב ביז עס איז געווארן א פאגראם. צום סוף האט זיך דער פאלקאווניק אריינגעמישט לטובת די יידן און באשטראפט די גויים 120,000 רובל.[1] אין יאר תרל"ט איז געווען א מעשה ווען איינער פון די גרעסטע עשירים אין קאליש האט געמאכט חתונה זיין טאכטער. ווען דער רב איז געקומען מסדר קידושין זיין. האט ער באמערקט אז די פרויען וואס האלטן די פיר חופה שטאנגען זענען געווען באקליידעט לויט דער מאדע נישט צניעותדיק. דער רב האט בשום אופן נישט געוואלט מסדר קידושין זיין ביז מענער האבן איבערגענומען די חופה שטאנגען. אבער דער גובערנאטאר איז געווען דארטן (מסתמא אלס גאסט פונעם נגידישן בעל שמחה) און האט גע'פטר'ט דעם רב פון זיין אמט.

נאכדעם האט ער געוואוינט עטליכע יארן אין ווארשע. זיין הויז אין ווארשע איז געווען א בית וועד לחכמים. אין ה'תרמ"ד איז אויפגענומען אלס רב פון פיעטרקאוו, וואו ער איז געבליבן עד סוף ימיו.

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • נפש חיה

ביאגראפיעס פון הרב חיים אלעזר וואקס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • שם ושארית לנפש חיה, חיים אלעזר אלטער מיט יהושע אייבעשיץ
  • תולדות רבי חיים אלעזר וואקס, ישראל דוד בית הלוי

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • יצחק אלפסי, תשעים שרים (156-161), מכון אל ההרים, ירושלים (ה'תשנ"ז)
  1. עירוב מעשה'ס (אויף ענגליש)