סאוט טשיינע מאלל

פֿון װיקיפּעדיע

די סאוט טשיינע מאל (South China Mall) איז די וועלט'ס גרעסטע איינקויף צענטער וועלכע געפינט זיך אין דאנגואן, כינע. די מאל פארמאגט 6.5 מיליאן קוואדראט פיס און פלאץ פאר 1500 געשעפטן.


ארכיטעקטור[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מאלל איז געבויט אויף א שטח פון 200 אקער לאנד און אירע דעוועלאפערס זענען ארומגעפארן די וועלט באלד צוויי יאר צו קענען אויסוועלן א מאדעל וועלכע וועט איבערשטייגן אלעס. דאס פלאץ אנטהאלט א 400 מיליאן דאלארדיגן פארק, 150 אקער פון געשעפטן מיט טויזענטער טייטלביימער איינגעפלאנצט, 5 גרויסע האטעלן, גיגאנטישע וואסער פאנטאנען, נאכגעמאכטע פיראמידס, בריקן, טונעלן, און ריזיגע ווינטמילן. אין צוגאב פארמאגט עס א 1.3 מייל טייך וועלכע לויפט ארום די גאנצע שאפינג צענטער און האט אויפגעבויט נאכגעמאכטע מאדעלן פון אמסטערדאם, די נעדערלענדס, פאריז, רוים, ווענעציע, איטאליע, עגיפטן, די קאריביען, און קאליפארניע. און א 85 פיסיגע נאכגעמאכטע ארק דע טריאמף (דער וועלט'ס באקאנסטע מאנומענט וועלכע געפינט זיך אין פאריז).


סוקסעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מאלל איז געעפנט געווארן אין 2006 און איז דערווייל א שוואכע סוקסעס ווען רוב שטח איז נאך ליידיג פון געשעפטן.

עקספערטן זאגן אז די סאוט טשיינע מאלל וועט מוזן האבן צווישן 50,000 און 70,000 איינקויפער יעדן מינוט אין טאג נאר עס זאל נישט אויסזען ווי א מדבר. צו מאכן די מאלל א סוקסעס וועט זיך אויספעלן הונדערטער טויזענטער מענטשן וועלכע די דעוועלאפער האלטן אז עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם אין כינע.

מען רעכנט אויף אן עווענטועלע סוקסעס ווייל מיליאנען מענטשן וואוינען ארום די שאפינג צענטער. מען שאצט אז ארום 4 מיליאן מענטשן וואוינען ביז 6 מייל פון די שאפינג צענטער, 9 מיליאן מענטשן ביז 12 מייל פון די שאפינג צענטער, און 90 מיליאן מענטשן ביז 60 מייל ווייט. די געגענט איז פון די רייכסטע געגענטער אין כינע וואו 90 פראצענט פון די וועלט'ס קאמפיוטערס ווערן צוזאמענגעשטעלט און די וועלט'ס גרעסטע סעליולער פראדוצירער נאקיע גיט דארט ארבעט פאר 90,000 מענטשן. אויסערדעם ווערן רוב כינעזער שיך דארט געמאכט, און גאר אסאך עלעקטראניק פירמעס זענען דארט הויפטקווארטירט.

טראץ וואס דאס איז די וועלט'ס גרעסטע מאלל פארמאגט עס אבער נישט אזויפיל פארקינג ווי נארט אמעריקע'ס גרעסטע שאפינג מאל, די וועסט עדמאנטאן מאלל, וועלכע פארמאגט 20,000 פארקינג פלעצער קעגן 10,000 פארקינג פלעצער ביי די סאוט טשיינע מאלל.