נפתלי בלומענפעלד

פֿון װיקיפּעדיע

נפתלי בלומענפעלד (געב' כ"ו אב תשט"ז) איז דער אפיציעלער מנהל רוחני אין דער סאטמאר ישיבה גדולה אין קווינס, ניו יארק.

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' נפתלי איז אנגעבליך געבוירן געווארן כ"ו אב שנת תשט"ז אין בני ברק, צו זיין פאטער ר' שלמה בלומענפעלד, וואס איז נפטר געווארן אין די תש"ם יארן.

אלס בחור האט ער געלערנט אין דער ישיבה גדולה תורה ויראה פון סאטמאר אויף סאנדז סט., און פון דארט איז ער א חתן געווארן ביי הרב עזריאל גליק, געוועזענער משב"ק ביי די סאטמארער רבי'ס, און חתונה געהאט אין עלטער פון לערך 18-19 יאר, בשנת תשל"ד-ה.

דערנאך איז ער פאר פילע לאנגע יארן איז ער געווען א מגיד שיעור אין ישיבה לצעירים דרבינו יואל מסאטמאר וויליאמסבורג, צוזאמען מיט הרב זלמן לייב טייטלבוים סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג, און דארט האט זיך אנגעהויבן זיין קאריערע.

מנהל אין קווינס ישיבה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר תשנ"ט נאך דעם התמנות פון סאטמארער רבי הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א אלץ רב ור"ם סאטמאר וויליאמסבורג, טראץ די גרויסע קעגנערשאפט פון דעמאלסטיגע רוב תלמידים אין ישיבה לצעירים וואו ר' נפתלי האט דעמאלטס געדינט אלץ מגיד שיעור, איז יענעם זומער אין בחורים קעמפ דערילענד - ניו יארק פארגעקומען געפערליכע מהומות און ווילדעווערייען דורך די בחורים קעגן די הנהלת הישיבה והקעמפ וואס איז מיטגעשטאנען מיטן התמנות, אזוי ווייט אז ס'האט דאן געהערשט א ריכטיגע כאַאָס, דעמאלטס האט ער זיך גאר שטארק צוגעשטעלט צו הרב זלמן לייב טייטלבוים, און געהאלטן א פייערדיגע דרשה פאר די בחורים אז ווער עס וויל זיך נישט צושטעלן זאל זיך גיין פון דא! בתוך הדברים האט ער דערמאנט אז באמת ווי עס איז באקאנט פאר יעדעם האט ער גארנישט מיטן גאנצן קאנפליקט, אדרבא ער איז גאר גוט אויך מיט רבי אהרן טייטלבוים, און ער גייט צו זיינע טישן שטענדיג, נאר אזוי ווי דער רבי (דער ברך משה) האט אריינגערופן אלע איינגעשטעלטע אין ישיבה און פערזענליך איבערגעגעבן דעת קדשו אז ער וויל רבי זלמן לייב דאהי אין וויליאמסבורג מוז מען עס אויספאלגן, און ווער נישט וועט מען ארויסווארפן!

מען זאגט אז ער האט פערזענליך אנגערופן הרב זלמן לייב אין ירושלים בעטן אז ער זאל אריבערקומען קיין וויליאמסבורג, אבער הרב זלמן לייב האט אפגעזאגט ווייל דארט האט ער א ישיבה און דא נישט, האט אים ר' נפתלי צוגעזאגט אז ער וועט אים שטיין צו דער האנט אז ער זאל אויך דא האבן א ישיבה.

אין חורף תש"ס לפ"ק ווען מ'האט געגרינדעט די ישיבה גדולה ד'סאטמאר וויליאמסבורג, דאן לאקירט געווען אויף טאראנטאן פלעיס אין פארעסט היללס אין קווינס, איז ער געווארן דער אפיציעלער מנהל רוחני פון דער ישיבה, א אמט וואס ער פארנעמט ביז היינט צוטאגס.

הנהלת הישיבה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אסאך עלטערן און ווי אויך איינגעשטעלטע אין ישיבה האבן תרעומות און טענות צו ר' נפתלי איבער זיין אויפפירונג און זיין שטייפקייט ווען עס קומט צו באהאנדלען בחורים.

ר' נפתלי מיט זיין פאטריאכאלישער צורה מיטן ווייסן בארד טוט ער אנווארפן א ציטער און א שרעק אויף די בחורים פיל מער ווי סיי ווער פון די ישיבה איינגעשטעלטע, און בעיקר איז עס נוגע די בין הזמנים טעג.

מחנה דברי יואל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די זומער מאנאטן ווען די ישיבה ציעט זיך אריבער צום קעמפ וואס איז סטאנציאנירט אין סוואן לעיק, ניו יארק איז ר' נפתלי'ס שווערסטע צייט פון יאר אנצופירען די ישיבה. דעמאלטס דרייט ער זיך ארום ממש מיט'ן קאפ אראפ, ביז ער "שוויצט אדורך" דעם זומער, ווי ר' נפתלי אליין טוט זיך אפט אויסדרוקן.

והיה מחניך קדוש[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איינער פון זיינע באקאנטסטע פראיעקטן איז די "והיה מחניך קדוש" קאמפיין וואס האט זיך געגרינדעט אין די זומער יאר תשס"ה לפ"ק, בעיקר מיט צוקויפענדיג ספעציעלע טרעקלעך [גאלף קאר'ס] פאר די משגיחים אין ישיבה נאכצוגיין די בחורים אין די פארשטופטע וועלדער וואס איז דא גאר אין אסאך דארט אין קעמפ, אויך איז איינגעהאנדעלט געווארן ספעציעלע גרויסע לעקטער'ס וואס שיינט אזוי שטארק ווי 10 מיליאן ליכט אינאיינעם, אריינצושיינען אין די טיפע וועלדער און ווי אימער עס פעלט זיך אויס.

אנגעפירט דעם פראיעקט האט בעיקר דער משגיח ר' אהרן ווייס און ר' אברהם וואלף שטויבער, די לעצטער איז באקאנט אין אנפירען א שטארקע ראלע אינעם ועד הצניעות אין זיין היימשטאט קרית יואל.

בעל דרשן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' נפתלי גלייכט זייער צו רעדן און האלטן דרשות פאר א ציבור, אויך טוט ער אפט נאכצוזאגן פילע שטיקלעך מהר"ל און רבי צדוק'ס.

ר' לייבוש טייטלבוים - דער משפיע רוחני און מנהל כללי בוקר וערב אין קווינס ישיבה ווערט פארעכנט צווישן די שטארקע מתנגדים צו ר' נפתלי'ס ווירטשאפט. די קעגנערשאפט איז הויפטזעכליך איבער קאלטקייט ווען עס קומט צו אידישקייט ענינים, און בפרט דאס אויפשטיין פארטאגס, וואס איז נאכגעלאזט אין די היינטיגע ישיבה וועלט און אזוי אויך אין דער סאטמארער ישיבה גדולה זינט איר גרינדונג.