גינת ורדים

פֿון װיקיפּעדיע

א שיינע תורה בלעטל וואס פלעגט ארויסגעגעבן ווערן דורך די זאלי פראקציע אין סאטמאר, וואס ארונים און זאלונים און אלוועלטליכע אידען צוגלייך פלעגן עס באוואונדערן, און היינט צוטאגס באדויערן אויף איר פארשוואונדען ווערן פון די מאפע.

עס האט אנגעהויבן צו ערשיינען אין זוממער שנת תשס"ד, אנגעבליך אלץ א אומפארטייאישע בלעטל, און האט אפילו כמעט נישט געהאט קיין תורות פון סאטמארע רבי הרב זלמן לייב טייטלבוים, און אויך גאר ווינציג פון סאטמארע רבי בעל ברך משה זצ"ל.

עס האט אבער געהאט עטליכע גאר ציענדע ארטיקלען וואס מענטשען פלעגן זיך פאסמאקעווען דערמיט, איבערהויפט די מאמר "מאוצר המנוצר" אויפן ערשטן זייט, וואס פלעגט צוציען צו זיך גאר אסאך ליינערס.

די שרייבער פונעם יארצייט פלעגט זיין איינער ישכר בעריש ווייס וואס איז לעצטענס אריבער צום אנדערען שטארק פאפולערן בלעטל עלים לתרופה, בלייבענדיג אן קיין שטאך ארבייט.

היינט איז דאס א פאפולערע קובץ פאר חידושי תורה און תורה'דיגע נושאים וואס עס קומט ארויף על שולחן מלכים מאן מלכי רבנן.