מנחם מענדל וועכטער

פֿון װיקיפּעדיע

ר' אברהם מנחם (מענדל) וועכטער (געבוירן כ׳ טבת תש"ז) איז דער ראש כולל פון נחלת הר חב"ד. פריער איז ער געווען א סאטמארער חסיד וואס האט געהאט א ישיבה אין וויליאמסבורג.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געווארן כ׳ טבת תש״ז אין נירבאטור, אונגארן צו זיינע עלטערן הרב ליפא וועכטער און זיין ווייב זעלדא. ווען ער איז געווען אלט צען יאר האט די משפחה זיך געצויגן אין קאנאדע.

נאך דער חתונה מיט זיין ווייב ראל האט ער געפירט א סאטמארער ישיבה מיט געקליבענע בחורים וואס האבן געהייסן מצוינים און זיי האבן געברויכט אן עקסטערע מסגרת ווי מער צו שטייגן ווי די אלגעמיינע בחורים פון דער סאטמארער ישיבה פון דעמאלטס. ער האט זיי איבערגערעדט צו ווערן חב"דסקע חסידים. צוליב דעם האט מען אים געשלאגן ביז ער האט גע׳חלש׳ט און אים ארויסגעווארפן נאקעט נאך די פעטש אויף דער גויאישער גאס אין מיטן ברוקלין. א שווארצער גוי האט דאס געזען און אים געראטעוועט פונ'ם טויט.

נאך אידן זענען געווארן געשלאגן צוליב דעם סקאנדאל.

די צייטונג דער איד האט געהעצט די מאסן און אים באשולדיגט אלס קידנכאפער וואס כאפט אוועק קינדער פון זייערע עלטערן.

ער וואוינט היינט צוטאגס אין ארץ ישראל וואו ער דינט אלס פוסק און ראש הכולל פאר חב"ד.

זיינע תלמידים זענען אלע אקטיוו אין חינוך. ער האט זיך נישט געטוישט די קליידונג פון סאטמאר אויף ליובאוויטש, אבער זיינע קינדער זענען יא מער ווייניגער מיט דעם ליובאוויטשער לבוש.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]