שמואל סאלאנט

פֿון װיקיפּעדיע
שמואל סאלאנט
געבורט 1 פעברואר 1816
ביאליסטאק, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 16 אויגוסט 1909 (אלט 93)
ירושלים, אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
רבי שמואל סאלאנט

רבי שמואל סאלאנט (ב' שבט ה'תקע"ו - כ"ט אב ה'תרס"ט) איז געווען רב און אב"ד פון דער אשכנזישער קהילה אין ירושלים במשך 44 יאר.

תולדות חייו[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב סאלאנט איז געבוירן ב' שבט ה'תקע"ו אין דער שטאט קיידאן, ליטא, און איז געווארן באוואוסט אלס דער 'קיידאנער עילוי'. נאכהער האט ער געלערט אין סאלאנט ביי רב צבי ברוידא, און אין דער וואלאזשינער ישיבה. צו דרייצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רב אברהם שמעון טרויב. דער זיווג איז נישט געלונגען און זיי האבן זיך גע'גט נאך דריי יאר. הרב סאלאנט האט געווארט ביז זיין גרושה האט געטראפן א צווייטן זיווג, דערנאך האט ער געזוכט א שידוך פאר זיך אליין. ווען זיין פאטער איז געווען אין דער שטאט סאלאנט, האט צו אים געוואנדן דער ארטישע רב הרב יוסף זונדל סאלאנטער און געבעטן ר' שמואל אלס איידעם, האט זיין פאטער מסכים געווען.

נאך דער פטירה פון הר"ר זונדל סאלאנט איז הרב שמואל באשטימט אלס רב פון ירושלים.