פרענומעראנטן

פֿון װיקיפּעדיע

פּרענומעראנטן איז א אידישע ווארט צוזאמענגעשטעלט פון די פארזילבע 'פּרע' דער זאך-ווארט 'נומער' און דער נאכזילבע 'אנט'. אבער וואס איז איר באדייט? זייער איינפאך, דאס איז א ליסטע מיט נעמען פון מענטשן, געווענליך קאטעגארירט לויט זייערע וואוינערטער וועלכע האבן זיך פאראויס (פרע) איינגעשריבען (נומערירט) און באצאלט צו קויפן דעם ספר אדער בוך וועלכע לויטעט צו ערשיינען, און אזוי ארום געגעבן פארן פערפאסער פאראויס געלט (היינט איז דאס באקאנט טאקע אלס מעות קדימה) מיט וואס ער זאל קענען צוגיין צום דרוק.

פרענומעראנטען, איז נישט מעות קדימה. פרענומעראנטען מיינט חותמים, וואס זענען זיך מתחייב צו קויפען דעם ספר ווען ס'וועט ארויס פון דרוק, אנדערש ווי געבען געלט פון פאראויס (מעות קדימה).‏[1]

די מחברים האבן ארויסגעוויזען דאנקבארקייט פאר די 'פרענומעראנטן' מיט דעם וואס זיי האבן צוגעלייגט עטליכע -און צומאל מער- בלעטער אין זייער ספר אויסרעכענעדיג די נעמען פון די באשטייערער, אמאל איז דאס אונטער א קעפל פון 'מפרסמין עושי מצוה' אמאל איז דאס פשוט 'אלו האנשים אשר השתתפו' און צומאל דאס אויך נישט נאר דער ווארט 'פרענומעראנטן' טוט שוין דאס זייניגע איבערצוגעבן פארן דור אחרון, מי ומי ההולכים.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די 'פרענומעראנטן' פארנעמען א ווערטפולע חלק אין 'אידישע היסטאריע' וויבאלד א יעדער ספר פארמאגט דאך א דאטום אדער לכה"פ א יאר אין וועלכע זי איז געדרוקט געווארן, איז אז מ'שטעלט דאס צוזאם מיט די נעמען און וואוינערטער פון די 'פרענומעראנטען' קריגט מען ארויס א קלארע בילד פון די פארגאנגענהייט וועלכע גייט צוריק צומאל עטליכע הונדערט יאר און ווארפט א ליכט אויפן מענטשן; ווען ער האט געלעבט, וואו ער האט געוואונט, און אזוי ווייטער.

נאך אן ערשיינונג אין די רשימות וועלכע טראגט נישט א קלענערע חשיבות, זענען די ליסטעס פון בחורים ותלמידי הישיבות וועלכע האבן ארויסגעקראצט פון זייער ביסל געלט אנטייל צו נעמען אינעם דרוק פונעם ספר, ווער רעדט נאך אויב דער ספר איז געווען פון זייערס א רב אדער ראש ישיבה וואס דאן האבן אפי' אזעלכע בחורים נישט דוקא קיין ספעציעלע חובבי ספרים געטאן א נחת רוח פאר זייער רבי און זיך 'פרענומערירט' צום בעפארשטייענדיגען ספר, און פאר אונז צוגעשטעלט א שטיקל באגריף פון די ישיבה און אירע תלמידים בימים ההם.

עס האט שוין יעדערער וועלכער האט נאר אמאל געזוכט און גענישטערט אביסל אין זיין משפחה'ס פארגאנגענהייט, באגעגנט א נאמען פון א זיידען אדער א באקאנטן אין איינע פון די ליסטעס, דער פראבלעם איז אבער נעמליך; וואו הייבט מען אן? איך וויל זעהן וועלכע יאר מיין זיידע איז אריבער קיין הוידא-טעגלאש, ווען האט ער נאך געלעבט, אא"וו, אבער וואו רבוש"ע הייב איך אן? פון וואנעט זאל מען וויסען צווישען די הונדערטער-טויזענטער ספרים בלי גוזמא, וואו אפצוגעפונען א ליסטע וועלכע אנטהאלט אויך 'הוידא-טעגלאש' צווישען די פרענומעראנטן?

אמת, היינט צוטאגס איז דאס שוין עטוואס לייכטער מיט די ערשיינונג פון די קאמפיוטעריזירטע אוצרות און ביבליטאטעקן וועלכע שטעלן צו א זוך-אפציע (סוירטש-אפשאן) אפירצוזוכען ווערטער אין די ספרים, טייל פאר געלט ווי 'אוצר החכמה' און אפי' אומזונסט ווי אונזער וואול-באקאנטער 'היברו-בוקס' באדיבות הרה"ח בונה עולמות של תורה ר' חיים ראזענבערג הי"ו, אבער אמאל איז דאך דאס אויך נישט געווען.

האט זיך גיעאוועט בשנת תשל"ה ולמספרם יארע 1975 א געוויסער בערל כהן אדער 'קאגאן' לויט אנדערע דיאלעקטן, אין אנדענק פון זיינס א זוהן וועלכער איז אינגערהייט אוועקגעריסען געווארן פון אים, און קארעגירט א ליסטע פון באלד ניין-טויזענט (9,000) ספרים, וואס ער האט געזאמעלט, און אראפגעשריבען די שטעט וועלכע ווערן דארט דערמאנט צווישען די 'פרענומעראנטען' און דאס צאמגעשטעלט אין א בוך אויסגעלייגט אינעם אלפעבעטישען סדר, שאפנדיג א ליסטע וועלכע איז לייכט צו נוצן, און געבנדיג דעם ערשטן שטויס-קראפט פארן זוכער וואו און אין וועלכיגען ספר דער נאמען פון 'הוידא-טעגלאש' ערשיינט, וואס מיט די ביסל אינפארמאציע קען זיך דער יעניגער שוין ווענדן צו א ווירקכליכער אדער היינט ווירטואלער אוצר-הספרים א זוך צו געבן צו זיין זיידענס נאמען איז טאקע נומערירט צווישען יענע באשטייערער.

דער ציפער '9,000' איז אוואו א טיפה מן הים קעגן אפי' נאר די אריבער פערציג-טויזענט ספרים וואס 'היברו-בוקס' שטעלט היינט צוטגאס פאר, און ווער רעדט קעגן די פערטל-מיליאן ספרים וואס דער חב"ד'סקער ביבליאטעק אין קראון-הייטס פארמאגט, אבער דאך איז דאס אין זיינעם צייט באטראכט געווארן ווי א מייסטער-ווערק און האט ארויסגערופען אסאך רעספעקט און עהרע ביי פארשער און גענעלאגען.

אלס א טייל פון א פראיעקט צו פאראייביגען 'יידישע מייסטער ווערק' האבן די יידישיסטן פונעם 'נאציאנאלער יידישער בוך צענטער'‏[2] פאראייביגט טייל ביכער דורך זיי ארויפלאדענען אויף זייער וועב-זייט און דערונטער געגעבן די אפציע פאר אנדערע דאס אראפצולאדענען צו זיך אין קאמפיוטער. צווישן אנדערע האבן זיי ארויפגעלאדנט דעם דערמאנטן בוך פון קאגאן; ספר הפרענומעראנטען‏[3] מיט די אפציע פון אראפלאדענען אין א פד"פ פארמאט‏[4] שיהא יד הכל ממשמשים בה.

מערקווירדיגע ביישפילן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רביד הזהב

עס איז דא א ספר "רביד הזהב" ח"ב עה"ת, געדריקט געווארען אין פרמשילא בשנת תרל"ו. דע ספר האט אן א שיעור נעמען פין פולין אין אונגארין, ממש א חידוש אפילו פאר היינטיגע צייטען כ"ש דעמאלט.‏[5]

מוסדות תבל

גאר אן אינטערסאנטן ספר 'מוסדות תבל':‏[6] דער ספר איז געדרוקט געווארן אין שטאט 'וויען' בשנת תק"פ ולמספרם 1820 און פארמאגט 14 זייטן פון 'פרענומעראנטן' באשטייערער צום דרוקען פונעם ספר בעיקר פון אונגארן און אויך פון מעהרן (טשעכיי), וואס פון א היסטארישען שטאנדפונקט איז דאס אן אוצר בלום, נעמענדיג אין באטראכט אז דאס זענען ממש פון די פריע יארן וואס אידנטום האט אנגעהויבן בליען און ווירבלען אין אונגארן, און דא האבן מיר די נעמען פון שטעט, זייער רבנים און איינוואונער פון יענע יארען.

צווישען די נעמען פון גאונים ומפורסמים וועלכע ווערן נאך דערמאנט בחיים חיותם זענען אזעלכע תורה-ריזען און אנשי שם ווי;

ולהבדיל:

אין הלכה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פון א הלכה'דיגען שטאנדפונקט איז דאס אלעמאל געווען אונטער א פראגע צייכען, ווייל אין אלגעמיין פלעגט דער מחבר געבן א הנחה פאר די 'פרענומעראנטן' ווי זיי האבן געקריגען דעם ספר פאר א ביליגערע פרייז פון די וועלכע וועלן הערשט איינהאנדלען דעם ספר נאך איר ערשיינונג, און דערונטער ארויפגעברענגט א שאלה פון 'רבית' נאכעדם וואס די הלכה אסר'ט קלאר צו געבן סיי וואספארא בענעפיטן פאר עמיצען וועלכער פארבארגט געלט, און אין א געוויסען זין זענען די 'פרענומעראנטן' די 'מלוים' פארן מחבר דער 'לוה' און די תשלומין איז דער ספר וועלכער ער גיט זי פאר ביליגער בשכר פון די הלוואה.

אן אריינגיין צו טיף אין די הלכה דערפון, איז אלעמאל געוועזן עצות און טאקטיקען דורך וועלכע מ'האט זיך פון דעם אויך ארויסגעזעהן אבי נישט צו פארלירען דאס געלט פארן דרוקער, און וויכטיגער פון דעם, אראפצושיקען פאר אונז דורות הבאים די טייערער מתנה פון; 'פרענומעראנטן'.

דרויסנדיגע לינקס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. אין דעם בוך פון דעם חפץ חיים זוהן, ווי ער באשרייבט זיין טאטענ'ס דריקען ספרים, און זיי פארקויפען, כדלהלן: "כשהשלים חיבורו נסע לכמה עירות לקבל פרענומראנטין וקבע מחיר הספר חמשים קאפ' בלי כריכה. אמנם לא לקח מעות קדימה כלל, באמרו אולי יצא בתתוך כך מעירו, האם אוליך אחריו מעותיו במקום שהוא, או אם ח"ו יעדר, הלא עלי לדרוש אחרי יורשיו, וכששאלו אותו אם לא לקבל מ"ק, מדוע יענה בדרך כחו, לחנם. ויוציא הוצאות, ותשובתו היתה, כי אין לו כסף להדפסה, שתעלה קרוב לאלף רו"כ, ומוכרח הוא ללות כסכום הזה, ועל איזה סמך יקח ממון אחרים, אמנם כשהוא מקבל הבטחות שיקחו את ספרו, וכל אחד חותם בכת"י, בפנקס הפרענומראנטין, הוא מקוה כי לא יחזרו מהבטחתם ואין לבו נוקפו ללות... וקבץ בנסיעותיו אלו כמה אלפים חתימות ליקח את ספרו, ... בשנת תרל"ג בקיץ הדפיס את ספרו ח"ח בווילנא במספר 4 אלפים עקזעמפלארין, ונסע להעירות שחתמו ליקח את ספרו, והדפיס את שמותיהם בדפים שבסוף ספרו, למסור להם את ספרו."
  2. נאציאנאלער יידישער בוך צענטער
  3. ספר הפרענומעראנטען
  4. http://www.archive.org/download/nybc212411/nybc212411.pdf
  5. גלרנטר, ישראל דב בר בן אברהם יוסף, ‏רביד הזהב, פרעמישלא, תרל"ו, ביי HebrewBooks
  6. ר' דוד ב"ר מאיר הכהן מפריזנהויזן, ‏וויען, תק"פ, ביי HebrewBooks. די רשימה הייבט זיך אן דף 7 מדפי היברו-בוקס