עקאנאמיסט

פֿון װיקיפּעדיע

אן עקאנאמיסט איז א מומחה אין פעלד פון עקאנאמיק. עקאנאמיסטן שטודירן, אנטוויקלען און אנווענדן טעאריעס און באגריפן פון עקאנאמיק, און שרייבן וועגן עקאנאמישן פאליטיק.

רוב אוניווערסיטעטן האבן א דעפארטמענט פון עקאנאמיק. אפטמאל אין דעם פאקולטעט פון סאציאלע וויסנשאפטן.

עקאנאמיסטן ארבעטן אין באנקעריי, פינאנץ און האנדל.