משולם זושא פון האניפאלי

פֿון װיקיפּעדיע
משולם זושא פון האניפאלי
געבורט 1719
טארנע, פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1800 (אלט 81 בערך)
אַנעפּאָליע, Q11825691, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי משולם זוסיא זצ"ל (ה'תס"ה - ב' שבט ה'תק"ס), פון אניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר' זושא.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער רבי ר' זושא איז געבוירן (אומגעפעהר) אין יאר ה'תס"ה,[1] צו זיין פאטער הרב אליעזר ליפמאן. און צו זיין מוטער מרת מירל.[2] רבי אליעזר ליפמאן איז געווען א רייכער מענטש ער האט פארמאגט אן ארענדע נעבן טיטשין, גאליציע, (אכט קילאמעטער פון דער שטאט ריישא), דער רבי ר' זושא האט געזאגט אויף זיין פאטער ער איז געווען א "מרא דחושבנא".[2] אויף זיין מוטער האט דער רבי ר' זושא געזאגט, אז זי האט מיטאמאל נישט געקענט דאווענען פון א סידור, נאר ברכות זאגן האט זי געקענט. דערצו האט ער געזאגט אז אויף דעם ארט וואו זי האט געזאגט ברכות יעדן אינדערפרי, האט גערוט די שכינה הקדושה.

זיי האבן געהאט זיבן קינדער פון דעם איז באקאנט:

  • דער רבי ר' זושא
  • דער רבי ר' אלימלך
  • הרב נתן ער איז געווען רב אין סטיטשין
  • הרב אברהם פון קעניגסבערג
  • די שוויגער פון הרב פסח לאנגזאם דער פאטער פונעם בני יששכר

אויף די עלטערע יארן האבן זיי זיך געצויגן קיין טיטשין און ליגן דארט אויפן בית החיים. אויף דער מצבה איז ארויפגעקריצט:

פ"נ איש תם וישר האלוף התורני מו"ה ר' אליעזר ליפמאן ב"ר משה זצ"ל נפטר י"א אדר

וואנדערונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די צוויי הייליגע ברידער דער רבי ר' זושא מיט דער רבי ר' אלימלך האבן זיך ארויסגעלאזט אפרעכטן גלות. זיי זענען געגאנגען פון שטאט צו שטאט, ביז גאר ווייטע ערטער.

אין זיין יוגנט האט דער רבי ר' זושא געוואוינט אין פארשידענע פלעצער צווישן זיי אין אוסטראה, נאכהער האט ער זיך באזעצט אין האניפאלי.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער רבי ר' זושא האט געלעבט לאנגע יארן, אומגעפעהר פינף און ניינציג יאר, אויפן ספר שו"ת מאיר נתיבים (געדריקט אין יאר ה'תקנ"א) איז דא אן הסכמה פונעם רבי ר' זושא, ווערט ער שוין דארט באטיטלט "הישיש".

די לעצטע זיבן יאר פאר דער רבי ר' זושא איז נפטר געווארן, איז ער געלעגן אין בעט מיט שטארקע יסורים, ער האט אויף זיך אונטערגענומען צו ליידן יסורים לכפרת ישראל.

רבי מאט'עלע טשערנאבילער פלעגט זאגן, אז דער רבי ר' זושא איז געווען, דער אמת'ער צדיק הדור, ער האט אויף זיך געטראגן דעם יאך פונעם גאנצן כלל ישראל.

דער רבי ר' זושא איז נפטר געווארן ב' שבט ה'תק"ס, און ער ליגט אין אניפאלי נעבן זיין רבי'ן, דער רבי ר' בער פון מעזריטש, און נעבן זיין גיטרייען גוטן פריינד הרב יהודה ליב הכהן, דער פארפאסער פון ספר אור הגנוז.

אויף זיין מצבה איז געווען אויסגעקריצט:

פ"נ קדוש ה, אדמו"ר הרב החסיד המפורסם רשכבה"ג עובד ה מאהבה והשמח ביסורים ורבים השיב מעון כ"ש מו"ה רבי משולם זיסל ברא"ל זלה"ה שנת תק"ס ב' שבט

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער רבי ר' זושא'ס קינדער, פון זיין ערשטער פרוי:

פון זיין צווייטע פרוי מרת הענדל:

  • די פרוי פון הרב מנחם נחום פון האניפאלי, תלמיד מובהק פון זיין שווער דער רבי ר' זושא.

זיינע דברי תורה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דברי תורה פון רבי ר' זושא איז צושפרייט אין פארשידענע ספרים, ספעציעל:

  • מנורת זהב (ווארשע תרס"ד צוזאמען גענומען דברי תורה פון רבי ר' זושא)

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. לויטן "שבת בשבתו נומער 775 בשם "שרפי קודש", אין יאר ה'תפ"ד
  2. a b הסכמה פון אייניקל חיים דוב מזל אויף דעם ספר מנורת זהב
תלמידים פון מעזריטשער מגיד

אברהם המלאך · אברהם פון קאליסק · אברהם חיים פון זלאטשאוו · אהרן הגדול פון קארלין · אלימלך פון ליזשענסק · ברוך מעזשביזשער · ברוך פון קאסאוו · גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץ · זאב וואלף פון זשיטאמיר · זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה · חיים פון אמדורא · חיים טירער פון טשערנאוויץ · יהודה לייב פון פולנאה · יחיאל מיכל פון זלאטשאוו · יעקב יוסף פון אוסטראה · יעקב שמשון שעפעטיווקער · יצחק אייזיק פון קאריץ · לוי יצחק פון בארדיטשוב · מנחם מענדל פון וויטעבסק · מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאבל · משה פון פשעווארסק · משה חיים אפרים פון סדילקאוו · משולם זושא פון האניפאלי · משולם פייוויש העלער · עוזיאל מייזליש · פנחס הורוויץ · צבי הערש פון נאדווארנא · שלמה גאטליב · שלמה לוצקער · שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורג · שמעון שלמה פון סאוואראן · שניאור זלמן פון לאדי