משה סאלאווייטשיק

פֿון װיקיפּעדיע
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם ראש ישיבה אין ניו יארק, א זון פון רבי חיים סאלאווייטשיק. טאמער זוכט איר זיין נעפע אין דער שווייץ, זעט [[משה סאלאווייטשיק (שווייץ)]].
משה סאלאווייטשיק
קיין פריי בילד
געבורט 1879
תרל"ט
וואלאזשין, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 31 יאנואר 1941 (אלט 62 בערך)
ג' שבט תש"א
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
זיינע רביס חיים סאלאווייטשיק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאטער חיים סאלאווייטשיק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב משה סאלאווייטשיק (העברעאיש; סוֹלֹוְצִּ'יק, תרל"ט, 1879 - ג' שבט תש"א, 1941) איז געווען א תלמיד חכם און ראש ישיבה אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן. ער איז געווען א זון פון הרב חיים סאלאווייטשיק און דער פאטער פון הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק פון באסטאן.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב משה סאלאווייטשיק איז געבוירן געווארן אין תרל"ט צו זיין פאטער, רבי חיים סאלאווייטשיק, בריסקער רב, און זיין מוטער ליפשא, א טאכטער פון רבי רפאל שפירא פון וואלאזשין.

ווען ער איז געווען אלט 31, אין תר"ע (1910), האט מען אים באשטימט רב פונעם שטעטל ראסיין אין ליטא. אין תרע"ג (1913) ער געווארן שטאטס רב פון כאסלאוויטש.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]