משה לעמסטער

פֿון װיקיפּעדיע

משה לעמסטער (געב׳ 1946) איז א יידישער דיכטער.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לעמסטער איז געבוירן געוואָרן אין 1946 אינעם דאָרף סטאָלניטשען, מאָלדאָווע, און אויסגעוואַקסן אין שטעטל יעדינעץ. זיך געלערנט אינעם טיראַספּאָלער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און אין דער גרופּע "ייִדיש" פֿון די העכערע ליטעראַרישע קורסן בײַם מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט אויף מ.גאָרקיס נאָמען. דעביוטירט מיט לידער אין 1982 אויף די שפּאַלטן פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". באַקומען דאָקטאָראַט פֿונעם קעשענעווער אוניווערסיטעט. עולה געווען קיין ישׂראל אין 2000. אַרויסגעגעבן צוויי לידער־זאַמלונגע: "אַ ייִדישער רעגן" (תּל־אָבֿיבֿ, 1996) און "אַמאָל בראשית: געקליבענע לידער און פּאָעמעס 1982 – 2007" (תּל־אָבֿיבֿ, 2008), ווי אויך רודאָלף אָלשעווסקיס רוסישע איבערזעצונג פֿון דער ערשטער זאַמלונג (קעשענעוו, 1997) און אַ בוך משה לעמסטערס לידער אין רומענישע איבערזעצוגען פֿון באָריס דרוצע (קעשענעוו, 2015). וווינט אין בת־ים.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]