משה אוישער

פֿון װיקיפּעדיע
משה אוישער
געבורט 8 מערץ 1907
Q1190582, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 27 נאוועמבער 1958 (אלט 51)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך אקטיאר, חזנות, זינגער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

משה אוישער (בעסאראביע, 1906 - ניו יארק, דעם 27סטן נאוועמבער 1958) איז געווען א וועלט בארימטער חזן, אקטיאר און זינגער.

ער איז געקומען וואוינען קיין קאנאדע, מיט זיין פאמיליע, אין 1921. ער האט זיך אנגעשלאסן אין א טעאטער, שפעטער איז ער ארום געפארן אין דרום אמעריקע. ווען ער איז צוריק קיין ניו יארק, האט ער געזוכט ארבעט, ער איז אנגענומען געווארן צו זיין חזן ימים נוראים, אין דער רומענישער שול, דאס האט אים געמאכט זייער פאפולער אין דער יידישער גאס.

ער האט געשפילט אויף דריי פילמען איידער דער צווייטער וועלט מלחמה.

  • "דעם חזנס זונדל", ארויסגעקומען אין אמעריקע 1937.
  • "יענקל דער שמיד", אויך פון אמעריקע, 1938.
  • "דער ווילנער שטאט חזן", ארויס אין 1940.

איין מאל האט ער געשפילט אין אן ענגליש־שפראך פילם, זינגען אין דעם פינצטערניש.

ער איז באצייכנט געווארן אלס דער אריה השואג, און זיינע לידער און ווערק זענען אסאך געווען אויפן יידישן ראדיא אין ניו יארקער אומגעגנט.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]