ישראל אקסנפעלד

פֿון װיקיפּעדיע
ישראל אקסנפעלד
יסראָל אַקס(ע)נפֿעלד
געבורט 1787
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1866 (אלט 79 בערך)
פאריז, פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך שרייבער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ישראל אַקסנפעלד (1787, נעמיראָוו – 1866, פּאַריז) איז געווען אַ ייִדישער ראָמאַניסט און דראַמאַטורג, איינער פון די גרונטלייגער פון דער השכלה-ליטעראַטור אויף ייִדיש.

לעבנס-געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ישראל אַקסנפעלד איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל נעמיראָוו (דאַן – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע, איצט – אין באַשטאַנד פון אוקראַיִנע). אין דער יוגנט איז ער געווען אַ חסיד פון רבי נחמן בראַסלעװער. אין 1812 – 1813 איז ער אַלס ליפעראַנט פון דער רוסישער אַרמיי געווען אין דײַטשלאַנד. שפּעטער האָט ער באַזוכט בראָד (דאַן – אין באַשטאַנד פון דער עסטרײַכישער אימפּעריע), וועלכע איז געווען איינער פון די צענטערס פון דער השכלה. קאָנטאַקטן מיט דײַטשישע און גאַליצאַנער משכילים האָבן אים פאַרוואַנדלט אין אַ פאַרביסענעם שונא פונעם חסידות. אין 1824 האָט ישראל אַקסנפעלד זיך באַזעצט אין אָדעס, וווּ ער האָט זיך פאַרנומען מיט אַדוואָקאַטור און מסחר. אין 1864 איז ער אַריבערגעפאָרן קיין פּאַריז, וווּ ער איז געשטאָרבן מיט צוויי יאָר שפּעטער.


ליטעראַטור-שאַפונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ישראל אקסענפעלד, אמנטאָלאָגיע פינף הונדערט יאָהר אידישע פּאָעזיע

ישראל אַקסנפעלד האָט אָנגעשריבן 30 ראָמאַנען און פּיעסעס. די הויפּט-שפּראַך פון זײַן שאַפונג איז געווען ייִדיש. ייִדישע אַרויסגעבער פלעגן זיך אָפּזאָגן פאַרעפנטלעכן זײַנע ווערק צוליב דעם עקסטרעמען אַנטי-חסידות זייערן. פונדעסטוועגן האָבן ישראל אַקסנפעלדס ווערק געהאַט אַ באַדײַטנדיקע פּאָפּולערקייט. מע פלעג זיי פאַרשפּרייטן אין האַנט-געשריבענע קאָפּיעס. בײַם שרײַבערס לעבן זײַנען אין אַ בוך-פאָרם אַרויסגעגעבן געוואָרן בלויז דער ראָמאַן "דאָס שטערנטיכל" (1861) און די פּיעסע "דער ערשטער ייִדישער רעקרוט" (1862). ישראל אַקסנפעלדס "געזאַמלטע ווערק" אין צוויי בענדער זײַנען דערשינען אַ סך יאָרן נאָך זײַן טויט (דער ערשטער באַנד – 1931, דער צווייטער באַנד – 1938).


ליטעראַטור וועגן ישראל אַקסנפעלד[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • ורדה גרנות, קוי יסוד ליצירתו של ישראל אקסנפלד בספור ובדרמה, תל-אָביב, 1995


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]