טיילאנד
קעניגרייך פון טײַלאַנד ราชอาณาจักรไทย ראַטשאַ אַנאַטשאַק טהײַ | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: פֿלענג טשאַט טהײַ | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | טיילאנדיש | ||||
הויפּטשטאָט | באנגקאק 13°45′N 100°29′E / 13.750°N 100.483°E | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארע דעמאקראטיע | ||||
מלך פּרעמיער מיניסטער |
ראַמאַ דער ניינטער | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
513,120 קוואַדראַט ק"מ 51 0.4 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
63,878,267 19 132.1 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $586.877 ביליאן (24סט) | ||||
וואַלוטע | באַהט | ||||
צײַט זאָנע | 7+ | ||||
אינטערנעט דאָמען | th. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 66+ |
טײַלאַנד, אפיציעל דאס קעניגרייך פון טיילאנד, איז אַ לאַנד אין דרום-מזרח אַזיע. ער גרענעצט בורמע צו צפון, לאאס צו צפון־מזרח, קאמבאדיע צו מזרח, דעם איינגאס פון טיילאנד און מאלייזיע צו דרום, און דעם אנדאמאן ים און דרום בורמע צו מערב. דאס לאנד איז א קאנצטיטוציאנעל מלוכה. דער היינטיקער מלך איז ראמא דער ניינטער, וואס קיניגט זייט 1946, דער לענגסט־קיניגדיקער מאנארך היינט אין דער וועלט, און דער לענגסט־קיניגדיקער מאנארך אין דער היסטאריע פון טיילאנד.
טיילאנד איז דאס 51טע גרעסטע לאנד אין שטח אין דער וועלט (קלענער פון תימן און גרעסער פון דער שפאניע) מיט א שטח פון בערך 513,000 ק"מ2, און דער 19טער מערסטע באפעלקערטע לאנד, מיט 64 מיליאן מענטשן.
די הױפּטשטאָט איז באַנגקאָק, די גרעסטע שטאט אין לאנד, און דער פאליטישער, קאמערציעלער, אינדוסטריעלער און קולטורעלער צענטער פון לאנד. 75% פון דער באפעלקערונג זענען עטניש טהיי.
נאמען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס לאנד האט געהייסן סאַיאֵם ביז 23סטן יוני 1939, ווען מען האט עס געגעבן דעם נאמען טיילאנד. פון 1945 ביזן 11טן מיי 1949 האט עס געהייסן נאכאמל סאיאם, און זייט דעמאלסט טיילאנד.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1782 איז באנגקאק געווארן די הויפטשטאט פון טיילאנד, אונטער דעם מלך ראמא דער גרויסער, דער ערשטער מלך פון דער היינטיגער דינאסטיע. טיילאנד איז דאס איינציקע פאלק אין דרום-מזרח אזיע וואס די אייראפעישע האבן נישט געזדאנזשעט קאלאניזירן.
מאדערנע היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די היסטאריע פון טיילאנד פון 1932 ביז 1973 איז א געשיכטע פון מיליטערישע דיקטאטורן וואס האבן געהערשט רוב פון יענע יארן. ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה האט געהערשט דער דיקטאטאר פֿיבון, וואס האט זיך אליאירט מיט יאפאן. נאך דער מלחמה איז דער פאליטיקער פרידי פֿאנאמיאנג געווען פרעמיער מיניסטער א קורצע צייט.
נאך וואס מ׳האט אוועקגעשטופט פרידי איז פֿיבון געווארן דיקטאטאר נאכאמאל, און נאך אים סאריט טהאנאראט און טהאנאם קיטיקאטשארן.
צווישן די יארן 1965–1971 האט טיילאנד געהאלפן די פאראייניגטע שטאטן און דרום וויעטנאם אין דער וויעטנאם קריג. דער אמעריקאנער לופטפלאט האט באזירט F-4 פֿאנטאם פֿייטערס ביי אודאן און אובאן לופטבאזע, און האט סטאציאנירט B-52 באמבארדירערס ביי או-טאפאא. טיי קראפטן האבן באטייליקט אין דער שטילער מלחמה אין לאאס פון 1964 ביז 1972.
אין 1973 איז געווען א פאפולערער אויפשטאנד וואס האט געענדיגט די דיקטאטור פון טהאנאם קיטיקאטשארן. ווען טהאנאם האט רעזיגנירט און איז אנטלאפן האט דער קעניג באשטימט סאניא דהארמאסאקטי (קאנצלער פון טהאמאסאט אוניווערסיטעט) פרעמיער מיניסטער. זייט דעמאלסט האט זיך פארגעסערט די איינפלוס פון אוניווערסיטעט סטודענטן אין פאליטיק.
אין די 1980ער יארן איז געווען פרעם טינסולאנאנדא פרעמיער מיניסטער, וואס האט צוריקגעברענגט פארלאמענטארע פאליטיק. טיילאנד איז געווארן א דעמאקראטיש לאנד (אחוץ פון א קורצע תקופה פון 1991 ביז 1992 ווען די מיליטער האט געהערשט). פון 2001 ביז 2006 איז טהאקסין שינאוואטרא, פירער פון דער טהיי ראק טהיי פארטיי. נאך מאסן פראטעסטן קעגן קארופציע האט די מיליטער געמאכט אן איבערקערעניש אין סעפטעמבער 2006 וואס האט געהערשט ביז די וואלן אין דעצעמבער 2007. דערנאך איז געווען א ציווילע רעגירונג ביז מיי 2014 ווען די מיליטער האט ווידער איבערגענומען די הערשאפט.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]טיילאנד איז דער 50סט גרעסטע לאנד אין דער וועלט, מיט א שטח פון 513,120 קוואדראט קילאמעטער.[1] ער א ביסל קלענער פון תימן און א ביסל גרעסער פון שפאניע.
טיילאנד באשטייט פון פארשידענע געאגראפישע געגנטן. אין צפון פון לאנד געפינט זיך דער בערגישער שטח פון די טהיי הויכלענדער, וואס זייער העכסטער פונקט איז דוי אינטהאנאן הויך 2565 מעטער העכער דעם ים פלאך. דער צפון־מזרח, איסאן, באשטייט פונעם כאראט פלאטא, וואס גרענעצט צום מזרח דעם טייך מעקאנג. דער צענטער פון לאנד ווערט דאמינירט דורך דעם גאנץ פלאכן טשאו פרעיא טייך טאל, וואס גייט אריין אינעם איינגאס פון טיילאנד. דרום טיילאנד באשטייט פון דעם שמאלן קרא איסטמאס וואס פארברייטערט זיך אינעם מאליי האלבאינזל.
פאליטיש זענען פאראן זעקס געאגראפישע געגנטן.
דער טשאו פרעיא און דער טייך מעקאנג זענען די נייטיקע וואסער-קורסן פון טיילאנד. פראדוקציע פון גערעטענישן אויף אן אינדוסטריעלן מעסטער ניצן ביידע טייכן און זייערע בייטייכן. דער איינגאס פון טיילאנד באדעקט 320,000 קוואדראט קילאמעטער (124,000 קוואדראט מייל) און באקומט א וואסער איינפלוס פון די טשאו פרעיא, מיי קלאנג, באנג פאקאנג און טאפי טייכן. ער ביישטייערט צום טוריזם סעקטאר צוליב זיינע לויטערע פלאכע וואסערן לענגאויס די בארטנס אין דעם דרום ראיאן און קרא איסטמאס. דער מזרח ברעג פונעם איינגאס פון טיילאנד איז אן אינדוסטריעלער צענטאר פון טיילאנד מיט דעם קעניגרייכ׳ס פרעמיער טיף־וואסער פארט אין סאטאהיפ און זיין מערסט באשעפטיגסטן פארט לאעם טשאבאנג.
פראווינצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]טיילאנד האט 75 פראווינצן, צעטיילט צווישן פינף ראיאנען.
אויסלענדישע פארהעלטענישן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די אויסלענידשע פארהעלטענישן פון טהיילאנד ווערן געפירט דורכן מיניסטער פאר אויסלענדישע ענינים.
טיילאנד איז פולקאם משתתף אין אינטערנאציאנאלע און רעגיאנאלע ארגאניזאציעס. עס איז א הויפט אליאירטע פון די פאראייניגטע שטאטן. דאס לאנד בלייבט א טעטיגער מיטגליד פון ASEAN פארבאנד פון דרום-מזרח אזיאטישע פעלקער. טיילאנד האט אנטוויקלט וואס מער נאנטער פארבינדונגען מיט אנדערע ASEAN מיטגלידער: אינדאנעזיע, מאלייזיע, די פיליפינען, סינגאפור, ברוניי, לאאס, קאמבאדיע, מיאנמאר און וויעטנאם, און זייערע אויסלאנד און עקאנאמיע מיניסטארן האלטן יערלעכע באטרעפן. דר. סופאטשיי פאניטשפאקדי, דער געוועזענע וויצע פרעמיער מיניסטער פון טיילאנד, דינט היינט ווי אלגעמיינער סעקרעטאר פון דעם פאראייניגטע פעלקער קאנפערענץ וועגן האנדל און אנטוויקלונג (UNCTAD). אין 2005 איז טיילאנד בייגעווען ביי דער ערשטער מזרח-אזיע שפיצן-קאנפערענץ.
עקאנאמיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]טיילאנד איז אן ארויסקומענדיקע עקאנאמיע און ווערט גערעכנט א ניי אינדוסטריאליזרט לאנד . טיילאנד האט געהאט אין 2013 א ברוטא אינלענדישן פראדוקט (בא״פ) פון US$673 ביליאן (לויטן קויפן קראפט).[2] טיילאנד איז די צווייט גרעסטע עקאנאמיע אין דרום־מזרח אזיע, נאך אינדאנעזיע. טיילאנד איז דאס פערט רייכסע פאלק לויט בא״פ א מענטש, נאך סינגאפור, ברוניי און מאלייזיע.
טיילאנד דינט ווי אן אנקער־עקאנאמיע פאר די שכנדיקע אנטוויקלנדע עקאנאמיעס פון לאאס, מיאנמאר, און קאמבאדיע. אין דעם דריטן פערטל פון 2014, איז די ארבעטסלאז ראטע אין טיילאנד געהאלטן ביי 0.84% לויט טיילאנד׳ס נאציאנאלן עקאנאמישן און סאציאלן אנטוויקלונג דירעקטאריום.[3]
עקספארט און פאבריקאציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די עקאנאמיע פון טיילאנד איז שטארק אפהענגיק אויף עקספארט, און עקספארטן זענען מער ווי צוויי דריטל פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט (בא״פ). טיילאנד עקספארטירט מער ווי US$105 ביליאן ווערט פון גיטער און באדינונגען יעדע יאר.[1] הופט עקספארטן שליסן איין אויטאמאבילן , קאמפיוטערס, עלעקטרישע אפאראטן, רייז, טעקסטיל און שוכווארג, פישעריי פראדוקטן, גומע און צירונג.[1]
ממשותדיקע אינדוסטריעס זענען כולל עלעקטרישע אפאראטן, קאמפאנענטן, קאמפיוטער קאמפאנענטן און פארמיטלען. טיילאנד׳ס גענעזונג פונעם 1997–1998 אזיע פינאנץ־קריזיס האט פארלאזט מערסטנס אויף עקספארט, צווישן פארשידענע אנדערע פאקטארן. אין 2012, איז די אויטאמאביל אינדוסטריע אין טיילאנד געווען די גרעסטע אין דרום-מזרח אזיע און די 9ט גרעסטע אין דער וועלט.[4][5][6] די טיילאנד אינדוסטריע האט א יערלעכע פראדוקציע נאענט צו 1.5 מיליאן פארמיטלען, מערסטנס קאמערץ־פארמיטלען.[6]
טוריזם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]טוריזם איז אומגעפער 6% פון דער עקאנאמיע. טיילאנד איז געווען דאס מערסט באזוכט לאנד אין דרום-מזרח אזיע אין 2013, לויט דער וועלט טוריזם ארגאניזאציע.
אפשאצונגען פון טוריזם הכנסות וואס ביישטייערן צום טיי בא״פ פון 12 טריליאן באַהט זענען צווישן 9 פראצענט (1 טריליאן באַהט) (2013) ביז 16 פראצענט.[7] ווען מען שליסט איין אויך די אומדירעקטע ווירקונגען פון טוריזם, ווערט עס גערעכנט צו זיין 20.2 פראצענט (2.4 טריליאן באַהט) פון טיילאנד׳ס בא״פ.[8]
דער טוריזם אויטאריטעט פון טיילאנד ניצט דעם סלאגאן "פלאימדיקע טיילאנד" צו פארשפרייטן טיילאנד אינטערנאציאנאל. אין 2015, איז דאס געווען סופלעמענטירט מיט אן "אנטפלעקט טיישאפט" אקציע.[9]
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ a b c טיילאנד, וועלט פאקטבוך.
- ↑ GDP (Purchasing Power Parity). US CIA. דערגרייכט דעם 4טן יאנואר 2015.
- ↑ "NESDB: Thailand facing unemployment problem", Pattaya Mail (25סטן נאוועמבער 2014). דערגרייכט דעם 4טן יאנואר 2015.
- ↑ Santivimolnat, Santan (18 August 2012). "2-million milestone edges nearer". Bangkok Post (The Post Publishing).
- ↑ Languepin, Olivier (3טן יאנואר 2013). "Thailand poised to Surpass Car Production target", Thailand Business News. דערגרייכט דעם 20סטן יאנואר 2013. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם 15טן יאנואר 2013.
- ↑ a b Production Statistics. OICA (International Organization of Motor Vehicle Manufacturers). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 6טן נאוועמבער 2013. דערגרייכט דעם 26סטן נאוועמבער 2012.
- ↑ "Government moves to head off tourist fears", Bangkok Post (2015-08-24). דערגרייכט דעם 24סטן אויגוסט 2015.
- ↑ (2014) Travel and Tourism, Economic Impact 2014: Thailand, 2014, London: World Travel & Tourism Council. דערגרייכט דעם 10טן מערץ 2015.
- ↑ "History", Tourism Authority of Thailand (TAT), TATnews.org (2015). דערגרייכט דעם 7טן מיי 2015. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם 2015-04-14.
אַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |