טאטשקע

פֿון װיקיפּעדיע
טאַטשקע

א טאַטשקע אדער זאַמד וואָגן איז א וועגל מיט געוויינלעך בלויז איין ראָד (צומאָל האט א טאטשקע צוויי רעדער) וואס ווערט געפירט דורך א מענטש.

מען ניצט זי צו טראגן א לאַסט א שטיק וועג. אחוץ דעם ראד האט די טאטשקע צוויי הענטלעך, צוויי פיסלעך, און א פּלאץ וואו מען קען אריינלייגן זאכן. בכדי צו פירן די טאטשקע הייבט מען אויף די הענטלעך אזוי אז די פיסעלעך רירן נישט אן די ערד, און די געוויכט ליגט טייל אויפן מענטש און טייל אויפן ראד. ווען מען בויעט ניצט מען א טאטשקע צו טראגן זאמד, און גערטנער ניצן א טאטשקע צו טראגן ערד.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ערשטע זיכערע מקור וואו מען זעט אז מ'האט זיך באניצט דערמיט איז אין כינע בערך הונדערט-פופציג יאר פֿאַר דער ציווילער ציילונג. ס'דא וואס האלטן אבער אז די גריכן האבן שוין געהאט אזא וואגן מיט א פּאָר הונדערט יאר פריער.

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]