חיה מושקא שניאורסאן

פֿון װיקיפּעדיע
חיה מושקא שניאורסאן
חיה מושקא שניאורסון
קיין פריי בילד
געבורט 16 מערץ 1901
בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 10 פעברואר 1988 (אלט 86)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, סאוועטן פארבאנד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט מאנטיפיארע בית עולם רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רביצין רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
בן/בת זוג מנחם מענדל שניאורסאהן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

מרת חיה מושקא שניאורסאן (כ"ה אדר ה'תרס"א 16טן מערץ 1901 - כ"ב שבט ה'תשמ"ח, 10טן פעברואר 1988) איז געווען די טאכטער פון רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, דער זעקסטער רבי פון חב"ד-ליובאוויטש, און די ווייב פון רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, דער זיבעטער רבי פון של חסידות חב"ד.

קבר פון רביצין חיה מושקא שניאורסאן אין ניו-יארק

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חיה מושקא שניאורסאן איז געבוירן געווארן כ"ה אדר תרס"א אינעם שטעטל באבינאוויטש לעבן ליובאוויטש, א טאכטער צו רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, דער זעקסטער רבי פון חב"ד-ליובאוויטש און זיין רביצין נחמה דינה. מען האט איר געגעבן א נאמען נאך דער רביצין פונעם צמח צדק, חיה מושקא.

אין יאר תרפ"ט (1928) האט זי חתונה געהאט צו מנחם מענדל שניאורסאהן אין  ווארשע און זיי האבן זיך געצויגן קיין בערלין. ווען די נאציס האבן איבערגענומען די הערשאפט זענען זיי אנטלאפן קיין פאריז, און אין תש"א (1941), ווען פראנקרייך איז איינגענומען געווארן דורך די נאציס  האבן זיי זיך געראטעוועט צו די פאראייניקטע שטאטן צו איר פאטער אינעם קרוין הייטס פערטל פון ברוקלין, ניו יארק. א שטיק צייט נאך איר פאטערס פטירה האט מען באשטימט איר מאן צו פירן דאס חב"ד-ליובאוויטשער הויף.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]