דזשיימס קוק

פֿון װיקיפּעדיע
דזשיימס קוק
James Cook
געבורט 27 אקטאבער 1728
ענגלאנד, קעניגרייך פון גרויסבריטאניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דערמארדעט 14 פעברואר 1779 (אלט 50)
Q10749897 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה קעניגרייך פון גרויסבריטאניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פרסים קאלעגע פון דער קעניגלעכער געזעלשאפט
קאפלי מעדאל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דזשיימס קוק, בערך 1775

קאפיטאן דזשיימס קוק (ענגליש: James Cook,‏ 27סטן אקטאבער 1728 (יוליאנישער קאלענדאר) – 14טן פעברואר 1779) איז געווען אן ענגלישער אויספארשער, נאוויגאטאר און קארטאגראף, און אן אפיציר אינעם בריטישן ים־פלאט. ער איז געפארן אויף דריי נסיעות צום פאציפישן אקעאן, און האט אנגעמאפעוועט א סאך אינזלען און בארטן־ליניעס צום ערשטן מאל. ער האט אויסגעטראפן דעם מזרח בארטן פון אויסטראליע און די האוואישע אינזלען.

צוויי מאל אין זיין לעבן איז ער ארומגעפארן די וועלט. ער האט אריבערגעפארן דעם אנטארקטיקן קרייז און האט געפינען נייע אינזלען אינעם דרום פאציפישן אקעאן.

אין 1768 איז דזשיימס קוק ארויסגעפארן פון ענגלאנד אויף זיין שיף ענדעווער. ער איז אריבערגעפארן דעם פאציפישן אקעאן ביז ער איז אנגעקומען קיין ניו זילאנד, וואס ער איז אינגאנצן ארומגעפארן. ער איז געפארן ווייטער צו מערב, און איז אנגעקומען אין דרום־מזרח אויסטראליע דעם 19טן אפריל 1770. ער איז געפארן ווייטער צו צפון, אבער דעם 11טן יוני האט אים פאסירט אן אומגלוק ווען זיין שיף האט זיך צעשטויסן אויפן גרויסן באריער ריף. עס האט געדויערט זיבן וואכן ביז ער האט פארראכטן זיין שיף. ער איז צוריק אנגעקומען אין ענגלאנד דעם 12טן יולי 1771.